שבת נחמו: האד' מלוצק וועט די וואך פראווען 'שבת התחזקות' אין דיעל ניו דזשערזי מיט ערשיטערטע סידני פאמיליע פון פלעטבוש

מאנטאג פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א וועט אפרעכטן א ספעציעלער שבת התחזקות אין ניו דזשורזי, אויסשליסליך מיט די סידני פאמיליע, וואס האט געליטן א ביטערע טראגעדיע עטליכע חדשים צוריק, מיט'ן פארלירן עטליכע בני המשפחה, א מאמע מיט צוויי קינדער, אין א שרעקליכע קאר-עקסידענט, אין פלעטבוש.

די סידני משפחה, וואס האלט זיך אדוק ומקושר מיט'ן לוצקער רבי'ן שליט"א, האט במשך די גאנצע שווערע תקופה גענאסן טללי חיזוק פונעם רבי'ן וועלכער האט זיך באטייליגט ביי די לויות אין ירושלים, און שפעטער באגלייט מיט פרקי חיזוק ונחמה פאר די גאנצע משפחה, און אצינד האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט עז רצון קדשו צו אפפליען קיין אמעריקע און פראווען אינאיינעם מיט די משפחה א שבת התחזקות.

דער שבת וועט אפגעראכטן ווערן אין א זומער-קאנטרי, אין דיעל ניו דזשורזי, וואו די סידני משפחה האלט זיך אויף אין די יעצטיגע זומער וואכן, אינאיינעם מיט די ספרד'ישע געמיינדע פון פלעטבוש, און דארט וועט מען זוכה זיין צו מיטלעבן דעם שבת מרומם בצלו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער וועט מחזק זיין די משפחה און אלע בני הקהלה, וועלכע האבן שוין אין עבר נהנה געווען מאורו הבהיר פונעם רבי'ן, וועלכער קומט יערליך ארויס פראווען אינאיינעם מיט די בני הקהלה.

דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס פון ארץ ישראל דעם קומענדיגן דינסטאג אויף א קורצע באזוך קיין שווייץ, אינאיינעם מיט חותנו כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, צו באשיינען די חתונה בבית הנגיד החסיד ר' ברוך אלימלך פערלמאן, און פון דארט וועט דער לוצקער רבי ממשיך זיין די נסיעה קיין אמעריקע.

דאנערשטאג נאכט וועט דער לוצקער רבי אנקומען צו די שטאט מאנסי, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן פאר עטליכע שעה, אויפצונעמען דעם ציבור לעצה ולברכה, און דערנאך פראווען די סעודת הילולא פון הרה"ק ר' מאטעלע קוזמירער זי"ע, וועלכער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' אשר השני מסטאלין זי"ע.

פון דארט וועט דער רבי שליט"א אנקומען קיין דיעל ניו דזשורזי, וואו ער וועט אפרעכטן דעם שבת אויף א געהויבענעם פארנעם, און תיכף נאך שבת זיך אומקערן אהיים למעון קדשו אין ארץ ישראל.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ