האד' מוויזניץ לאדנאן וועט אריבערגיין מעדיצינישע פראצעדור אין מאנהעטן; כלל ישראל מתפלל לרפואת מרן דוד בן סימא מירל

זונטאג פ' חוקת • ג' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


מארגן מאנטאג חקת וועט כלל ישראל מרבה זיין בתפלה ותחנונים לרפואותו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וואס וועט אריבערגיין א פון-פאראויס געפלאנטע פראצעדור, וואס וועט שטארק פארבעסערן דעם רבי'נס געזונט צושטאנד בעז"ה.

דער פראצעדור איז באשטימט געווארן אפצוהאלטן ווערן אין די מאנט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, באגלייט דורך בארימטע דאקטוירים, וועלכע זענען אויפגענומען געווארן צו באהאנדלען דעם רבי'ן אין דעם מצב און פארזיכערן אז דער פראצעדור גייט אריבער כשורה, ובפרט אז דער פראצעדור טוט נישט פאראורזאכן נאכווייען און לענגערע ערהוילונג פראצעדור, מיטן האפענונג אז דער רבי זאל קענען זיך אהיימקערן ווי אמשנעלסטן און קומען צוריק צו די כוחות.

ווי ברייט באריכטעט איז דער וויזניצער רבי שליט"א פון לאנדאן ארויסגעקומען קיין ניו יארק וואו די רבי שליט"א האלט זיך אויף אין לויף פונעם זוממער לצורך מנוחה, און מיטן אויבערשטנס הילף צוריקקומען צו די כוחות לאיתנו הראשון, צו קענען ווייטער משפיע זיין פאר קהל עדת צאן מרעיתו.

ווי געזאגט וועט דער פראצעדור דורכגעפירט ווערן מארגן מאנטאג פארמיטאג, און דער רבי וועט פארבלייבן אין שפיטאל ביז ענדע וואך אויף אבזערוואציע.

בשעת די פראצעדור וועלן חסידי וויזניץ בכל מקום שהם מיט א כח הרבים מתפלל זיין און זאגן תהלים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, יתחדש כנשר נעוריו בבריות גופא ונהורא מעליא, מרן דוד בן סימא מירל לרפואה שלימה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ