והשב כהנים לעבודתם: האד' מתולדות אהרן איז מייסד כולל מיוחד פאר כהנים דורכצולערנען הלכות פון די עבודה אין בית המקדש

מיטוואך פ' קרח • כ"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


נעכטן דינסטאג לסדר 'תשמרו את כהנתכם' איז געמאלדן געווארן די איבערראשענדע נייעס אין קהלה קדושה תולדות אהרן אז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט אינערהאלב די קהלה געגרינדעט ווערן א נייער כולל מיוחד פאר כהנים, מיט'ן ציהל דורכצולערנען אלע קאמפליצירטע דינים פון די עבודת בית המקדש און די קרבנות, גענוי אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי דער בארימטער 'קדשים כולל' וואס דער חפץ חיים זי"ע האט געהאט מייסד געווען בשעתו.

דער רבי שליט"א איז באוואוסט מיט זיין אויסטערלישע השתוקקות לביאת המשיח פון וואס דער רבי רעדט כסדר מיט געוואלדיגע געגועין, און זייענדיג זעלבסט א כהן האט דער רבי אין די לעצטע תקופה מעורר געווען אז היות מ'שטייט שוין ביים שוועל פון עקבתא דמשיחא ווען מיר האפן אז די גאולה שלימה וועט אנקומען אט אט און דער בית המקדש השלישי וועט אראפקומען פון הימל, דעריבער דארפן די כהנים זיך צוגרייטן דערצו מיט'ן דורכלערנען אלע הלכות פון די עבודה אין בית המקדש, און דער רבי האט דעריבער אריבערגערופן צו זיך דעם יו"ר פונעם מפעל התורה 'תורתך שעשועי' שע"י קהל תולדות אהרן הרב מענדל אייזנער הי"ו, און אים באאויפטראגט אוועקצושטעלן דעם כולל אין וועלכע כהנים זאלן לערנען יעדן טאג מיט א קביעות די הלכתא למשיחא וואס איז אזוי שטארק נוגע פאר זיי, און האט מדגיש געווען אז דאס זאל זיין דוקא פאר'ן דאווענען.

דעריבער איז געמאלדן געווארן מטעם הקהלה איבער די התייסדות פון דעם כולל 'תורת כהנים' וואס כשמו כן הוא, און עס ווערט געגעבן א געלעגנהייט פאר אלע כהנים אין די קהלה זיך איינצושרייבן צו זיין א חבר הכולל, דער כולל וועט זיין סטאנציאנירט אינעם היכל התורה בבנין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן, וואו מען וועט יעדן טאג אין די פארטאגס שעה'ן פון 4 ביז 7 אינדערפרי דורכלערנען בצוותא חדא ובדיבוק חברים די פילע דינים פון מעשה הקרבנות און מקדש וקדשיו, מיט א מתן שכרה בצדה פון 500 דאללער א חודש.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ