האד' מסקולען וועט פראווענען ערשטמאליגער סעודת ראש חודש אין שטאט קרית יואל

דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


תושבי קרית יואל רבתי, און בפרט חסידי סקולען גרייטן זיך מיט אן התרגשות דקדושה צו אנטפאנגען פני כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וואס וועט דעם קומענדיגן מיטוואך ערשיינען בשערי העיר אויף ביקור הוד, און וועט אפרעכטן שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש בתוך קהל רב, זייענדיג דאס ערשטע באזוך פונעם רבי'ן אין שטאט נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה.

"סקולען אין קרית יואל" גייט שוין צוריק לאנגע יארן ווען די שלושת הרועים כ"ק האדמורי"ם לבית סקולען זצ"ל פלעגן ארויסקומען וויילן אויפן זומער אין שטאט און הנאה האבנדיג פון די ריינע לופט און היימישע אטמאספערע וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן לבריאת גופם, איבערהויפט ליגט טיף אין זכרון די לעכטיגע זמנים בהילו נרו עלי ראשינו בצל כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצ"ל וועלכע האט פארמאגט א ספעציעלן קשר קיין קרית יואל, וחיבה יתירה נודעת לו וואו דער רבי פלעג יעדעס יאהר אין זיינע קארצע שנות הנהגה ארויסקומען קיין קרית יואל וויילן אויף מנוחת הנפש, זייענדיג א געלעגנהייט מיטצוהאלטן די עבודת הקודש ביי די תפילות און טישן, און איבערהויפט די לעכטיגע מעמדי סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו וואס די רבי פלעגט פראווענען במקהלות אלפי ישראל אין שטאט קרית יואל.

אצינד שטייענדיג נאך אינעם שנת האבילות פון אביו הגדול דער רבי זצ"ל, האט דער רבי שליט"א אנגענומען די בקשה פון די תושבי העיר, צו פראווענען א סעודת ראש חודש אין שטאט, און משפיע זיין מזיו הודו והדרו.

די רבי שליט"א וועט אנקומען אין שטאט מיטוואך אויפדערנאכט און פראווען די סעודת ראש חודש אין ספינקא ביהמ"ד אויף ליזענסק, בקרב עם סגולה חסידים ואנשי מעשה, און איבערהויפט די בחורים חברי החבורות סקולען, וואס ווי באקאנט פארמאגט די רבי שליט"א א ספעציעלע חביבות צו די פרחי החסידים די בחורי חמד.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ