האד' מגור וועט זיך אומקערן קיין ארצינו הקדושה קומענדיגע זונטאג הבעל"ט דורך קפריסין

דאנערשטאג פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מטעם בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ווערט געמאלדן אז דער רבי שליט"א וועט ווארשיינליך זיך אומקערן אהיים קיין ארץ ישראל אין א גוטע שעה, די קומענדיגע זונטאג קרח הבעל"ט.

נאכן דורכטוהן מערערע מהלכים אהיימצופארן איז באשלאסן געווארן אז דער רבי וועט פארלאזן ניו יארק זונטאג פארמיטאג גענוי צוויי וואכן נאך וואס דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אויף דעם היסטארישן באזוך לטובת די עולם התורה דחסידי גור. 

די רבי מיטן פמליה וועלן זיין צוגאסט אויף שבת אין מאנסי בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' מאיר פריי הי"ו, און נאך שבת וועט דער רבי זיך ארויסלאזן מיט א פריוואטן פליגער צום קפריסין אינזל וואו דער פליגער וועט לאנדען אינעם ארטיגן לארנאקא לופטפעלד, און פון דארט וועט דער רבי ממשיך זיין די קורצע שטרעקע קיין ארץ ישראל מיט איינע פון די ספעציעלע אל על פליגער וואס ווערן צוגעשטעלט צו קענען אהיימברענגען געשטראנדעטע בירגער אין די צייט וואס די לופטפעלדער אין מדינת ישראל זענען געווארן גענצליך אפגעשפארט און קיין שום ציווילע פליגערס פארן נישט אריין אדער ארויס.

די רבי איז בעז"ה ערווארטעט צו לאנדן אין ארץ ישראל זונטאג שפעט באנאכט, און וועט פונעם לופטפעלד תיכף צופארן לביתו נאוה קודש אין ירושלים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ