מיטוואך פ' שלח • כ"ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
ויהי לתקופת השנה, עוד יזכור לנו אהבת איתן אדונינו. מיט געוואלדיגע געגועין ורגשי התעוררות גרייטן זיך חסידי ואוהדי בית קאסוב אפּצוצייכענען די יומא דהילולא קמייתא פון האי שרג"א בטיהרא כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצוק"ל בעל עבדא דמלכא, וואס געפאלט אויס די וואך דאנערשטאג פ' שלח ביום כ"ג סיון.
עס גלויבט זיך נישט אז ס'איז שוין פאריבער א גאנץ קיילעכיג יאר זינט מען איז פאר'יתומ'ט געווארן מיט די פטירה פון קאסובער רבי'ן זצוק"ל וואס מען האט געהאט די זכי' להתחמם לאורו הבהיר, און אין די זעלבע צייט איז מען זיך מחזק אז ב"ה אשר לא השבית לנו גואל וואס די המשכה גייט ווייטער אן בצל בנו ומ"מ יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א און די אנדערע קינדער פון רבי'ן ז"ל.
אין די טעג גייען אן די גרויסארטיגע הכנות צו די הילולא קדישא וואו חסידים ואנשי מעשה וועלן זיך צוזאמקומען און מעלה זיין זכרו הטהור פון רבי'ן זצוק"ל, עס האט זיך אנגעהויבן שוין דעם פארגאנגענעם שבת פ' בהעלותך ווען א גרויסער צבור חסידים האבן מיטגעהאלטן די תפלות און טישן בצל הקודש פון האחים כ"ק אדמו"ר מקאסוב און כ"ק אדמו"ר מקאסוב לעיקוואד וועלכע האבן אינאיינעם געפירט דעם שבת בבית מדרשו של רבי אין בארא פּארק וואס האט געהאט די זכי' אז דער רבי זצוק"ל האט דאס מחנך געווען באחרית ימיו עלי אדמות.
במשך דעם שבת האבן די אחים האדמורי"ם שליט"א עטליכע מאל ביי די טישן משמיע געווען דברי זכרון פון זייער גרויסן פאטער דער בעל ההילולא זצוק"ל און מעורר געווען דעם ציבור צו מאכן די פּאסיגע הכנה פאר'ן גרויסן טאג דער יומא דהילולא קדישא, ליל שב"ק ביים טיש האט זיך אויך באטייליגט כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, א שוואגער מיטן רבי'ן ז"ל וועלכער געפינט זיך אין די טעג צוגאסט אין ניו יארק, און איז מכובד געווארן משמיע צו זיין דברות קודש וואו ער האט ארויסגעברענגט שיינע שטריכן פון זיין געהויבענעם שוואגער דער רבי זצ"ל, און באזונדער האבן די אדמורי"ם שליט"א מאריך געווען א לענגערע צייט מוצאי שב"ק ביי מלוה מלכה מיט סיפורים און שיינע זכרונות, אזוי אויך האבן שבת נאכמיטאג בעפאר מנחה אויפגעטרעטן מיט דרשות עטליכע רבני ומשפיעי הקהלה וועלכע האבן דערציילט שיינע זכרונות וואס דער צבור האט געשלינגען מיט דורשט.
היינט דינסטאג אויפדערנאכט וועלן זיך צונויפקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול די בחורי החסידות אויף א ספּעציעלן כינוס זיך מחזק צו זיין בדרכיו הטהורים פון רבי'ן זצוק"ל, וואו מ'וועט זוכה זיין צו הערן דברות קודש ודברי הדרכה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א במשנתו פון אביו הגדול בעל ההילולא, און אויך וועלן דארט אויפטרעטן די ראשי החבורות פון די בחורים.
מיטוואך ביינאכט בליל ההילולא וועט דער גאנצער זיך ארויסלאזן אינאיינעם מיט באסעס צום צום ציון הקדוש אויפ'ן וויזניצער בית החיים אין מאנסי, וואו מען וועט מתפלל זיין ברוב עם און שופך שיח זיין עבור הכלל והפרט בראשות דעם רבי'ן שליט"א וְאֶחָיו האדמורי"ם והרבנים שליט"א.
צומארגנס דאנערשטאג אינדערפרי בעצם יומא דהילולא קדישא וועט דער רבי שליט"א אריינקומען דאווענען שחרית ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול, וואו עס וועט נאכ'ן דאווענען געפּראוועט ווערן א מסיבת לחיים און דער רבי וועט דערביי משמיע זיין דברי זכרון, שפּעטער פארנאכטס וועט אי"ה פארקומען די סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול בהשתתפות פילע חסידים ואנשי מעשה ובראשות האדמורי"ם והרבנים קינדער פון רבי'ן זצוק"ל, מען וועט דאווענען מנחה בעפאר די שקיעה און ארום 8:00 וועט דער רבי שליט"א מיט די ברידער און שוואגער האדמורי"ם והרבנים שליט"א אריינקומען צום שלחן הטהור סעודת הילולא, וואו מען וועט הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א און דרשות פון מגידים מפורסמים.
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.