סטעטן איילענד: בוי-ארבעט פון מאסיווע ישיבה קאמפלעקס פאר ישיבה קטנה כרם שלמה ד'באבוב אין שוואונג

דאנערשטאג פ' בהעלתך • ט"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


א שטראם פון שמחה נעמט ארום חסידי באבוב בכל אתר ואתר מיט די גינסטיגע נייעס פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן די פלענער אויפצובויען א גיגאנטישע קאמפלעקס פון בנינים אדירים פאר די בניני ישיבה קטנה כרם שלמה ד'באבוב אין שטאט סטעטן איילענד תחת נשיאותו הרמה פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמור מבאבוב שליט"א.

מיט עטליכע יאר צוריק האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א באאויפטראגט די מנהלים און ועד הישיבות דבאבוב צו טרעפן א פאסיגן לאקאל פאר די ישיבה קטנה אינדרויסן פון שטאט, און אוועקשטעלן א הערליכע מקום תורה פאר די בחורי הישיבה וואס וועט זיין אפגעזונדערט פון די רוישיגע גאסן אז די תלמידים זאלן קענען זיצן און לערנען בהתמדה אן קיין שטערונגען.

די עסקנים זענען אריינגעשפרינגען אין דעם מאסיווען פראיעקט, און נאכ'ן באטראכטן פארשידענע אפציעס האט מען געטראפן א גאר צוגעפאסטע קאמפלעקס אין סטעטן איילענד נישט ווייט פון בארא פארק, אבער פארט אפגעזונדערט פון די רוישיגע גאס, אלס א פאסיגע אכסניא של תורה וכרצון קדשו פונעם רב שליט"א.

נאך עטליכע יארן פון לעגאלע ארבעט האט מען בס"ד ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו אויפבויען דעם בית גדול וקדוש לתורה וחסידות, און אצינד האט מען אנגעהויבען די פאקטישע מלאכת הבנוי' ביי די ריזן שטח רחבת ידים אויפצושטעלן די בנינים אדירים כראוי וכיאות. די ערשטע בנין וועט אנטהאלטן א ריזן היכל הביהמ"ד מפוארה, צענדלגיע שיעור צימערן, א חדר אוכל און א מקוה. אין צוגאב וועט מען בויען נאך א בנין אלס א דארמאטארי געביידע פאר די בחורים.

די מאיעסטעטישע פראיעקט וועט אפקאסטן ריזיגע סומעס פון צענדליגע מיליאנען דאלארן וואס די חלק הארי דערפון איז נתנדב געווארן בנדבת לבו פונעם עמוד התווך קהלת און מוסדות באבוב הטפסר המרומם ר' ישראל אלכסנדר הכהן ענגלענדער הי"ו וואס האט גענומען אויף זיך די אסטראנאמישע הוצאות פון דעם פראיעקט.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנינים

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ