דינסטאג פ' בהעלתך • י"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
א שטורמישע כוואליע פון תנו כבוד לתורה נעמט ארום דאס יהדות החרדית אין תפוצת הגולה זיך גרייטנדיג צו מקבל זיין כבוד מרנן מנהיגי עולם התורה, אדמור"ים מפורסמים און די גדולי חכמי ספרד אין ארץ ישראל, וואס וועלן אין א זעלטענעם שריט מכתת רגלם זיין קיין חוץ לארץ אויפצוטרייבן סכומים אדירים אוועקצושטעלן א מעכטיגן פינאנציעלן רוקן ביין פאר הצלת עולם התורה אין ארצינו הקדושה.
די היסטארישע מסע הגדולים וועט אונטערגענומען ווערן דעם מוצאי שבת, ווען דער אמעריקאנער אידנטום וועט האבן די זעלטענע זכי' ביקרא דאורייתא מקבל פנים צו זיין דעם גאון וזקן ויושב בישיבה, הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, ואתו עמו מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הילל הירש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון, הגאון מקובל רבי שמעון גלאי שליט"א, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א חברר מועצת חכמי התורה און הגאון מקובל רבי יעקב משה הילל שליט"א.
אין די צייט וואס דער סלאבאדקע ראש הישיבה הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א געפונט זיך שוין על אם הדרך קיין ניו יארק צו דעם וויכטיגן צוועק, וועלן זיך די איבעריגע גדולי ומאורי ישראל ארויסלאזן דעם קומענדיגן מוצאי שבת קיין לאס אנדזשעלעס קאליפארניע, וואס איז אויסגעקליבן געווארן אלס ראשון הוא, די סאמע ערשטע סטאנציע וואו די גאוני וצדיקי הדור, האבן אויסגעקליבן דארט צו ערשיינען במלוא הודם והדרם, און פון דארט אנהייבן די היסטארישע נסיעה וואס איז דאס געשפרעך פון טאג בכל תפוצות ישראל.
באותו זמן, וועט זיך באזונדער ארויסלאזן קיין ניו יארק כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער וועט זיך אנשליסן מיט די גדולי ישראל, די נאכפאלגנדע דינסטאג שלח אין לעיקוואד.
בראשית דרכם זונטאג און מאנטאג וועט די משלחת גדולי ישראל באזוכן אין לאס אנדזשעלעס און שיקאגא, מזכה צו זיין צו ארטיגע אידנטום צו נעמען א פינאנציעלן טייל אין דעם 'קרן עולם התורה'.
דינסטאג נאכמיטאג וועט מען ממשיך זיין מיט די נסיעה צום עיר התורה לעיקוואד וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן א מאסיווער קבלת פנים כראוי וכיאות לכבודה של תורה אינעם סאמע-צענטער פון תורה אין גלות אמעריקע ביים בית מדרש גבוה אין לעיקוואד, וואו די טויזענטער בני הישיבות אינאיינעם מיט אלופי אלפי ישראל פון לעיקוואד און אלע ארומיגע געגנטער פון נאנט און ווייט וועלן זיך פארזאמלען אפּצוגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה פאר די געהויבענע משלחת כבוד פון די מנהיגי התורה והחסידות בארצנו הקדושה, וואו צווישן אנדערע וועט מען צום הויעכפונקט פונעם מעמזוכה זיין צו הערן דעם משא המעמד מפום ממלל רברבן דער גרויסער גאסט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.
דאנערשטאג אין לויף פונעם טאג וועט זיך דער משלחת כבוד ארויסלאזן קיין ברוקלין וואו עס איז געפלאנט א רייכע מסיבה אין מאנהעטן, און מאורעות וויפיל די צייט וועט ערלויבן.
זונטאג וועט מען זיך אויפהאלטן אין דיעל ניו דזשערזי און צומארגנס מאנטאג וועט מען זיך ווידער ארויסלאזן אין די מרחקים, קיין טאראנטא – קאנאדע וואו די גדולי ישראל וועלן מעורר זיין און מלהיב זיין די נגידי עם, זיך צו מאביליזירן כאיש אחד ובלב אחד מיט א געמיינזאמען כח אוועקצושטעלן א מעכטיגן פינאנציעלן רוקן ביין פאר הצלת עולם התורה אין ארצינו הקדושה.
נקדמה פניהם בתודה!