היסטארישע "מסע הקודש" דורך האד' מסאטמאר קיין ארה"ק קומענדיגן ווינטער תשפ"ו; שבת תולדות אין אתרא קדישא מירון

דינסטאג פ' בהעלתך • י"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט א זעלטענע התרגשות דקדושה נעמען אויף טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר איבער דער גארער וועלט, און סאטמארע חסידים איבער ארה"ק בפרט, די בשורה טובה כי הנה מלכך בא, איבער א היסטארישע "מסע הקודש" וואס הוד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פלאנט אונטערצונעמען קיין ארצינו הקדושה דעם קומענדיגן אנהייב ווינטער שנת תשפ"ו הבא עלינו לטובה, לחזות בנועם ה' ולבקר בקרב עדת צאן מרעיתו תלמידי וחסידי סאטמאר ברחבי ארה"ק.

די הויפט ציהל פון די נסיעה הרוממה איז די היסטארישע חגיגות און מעמדים וואס דער רבי שליט"א וועט פייערן בישורון מלך בהתאסף ראשי יחד שבטי ישראל, די געהויבענע מעמד 'יציקת הקומות' פאר'ן בנין האדיר ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין ירושלים וואס ווערט געבויט און גאלאפירט מיט גרויס אומפעט, ומשנהו בדומה לו, די שוין לאנג-ערווארטעטע חגיגת 'חנוכת הבית' אויפן פראכטיגן בנין האדיר והחדש פונעם בית חינוך לבנות אין צענטער פון שטאט בני ברק, נאך וואס די מלאכת הבנין האט זיך פארצויגן א לאנגע תקופה מיט עטליכע צווישנדע הפסקות צוליב די שווערע קאוויד-סעזאן און דערנאך די אנגעצויגענע מלחמה תקופה ה"י, דעריבער איז אצינד א שמחה כפולה ומכופלת אז מען האט שוין זוכה געוועהן לברך על המוגמר אויפן בנין החדש על תילה בנויה ברוב פאר והדר.

די גולת הכותרת פונעם מסע הקודש וועט זיין די היסטארישער 'סאטאמארער שבת מירון' וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן בשבת קודש המתאחדת פון אלופי אלפי ישראל ומלכם בראשם כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א שב"ק פרשת תולדות אין אתרא קדישא מירון סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

הערנדיג פונעם שבת מירון ערוועקט דאס די לעכטיגע זכרונות פון די פארגאנגענע שבת פרשת פקודי תשע"ו וואס דער גוטער טעם און רישומא קדישא פונעם היסטארישן שבת מרומם ונעלה ליגט נאך גוט אין די ביינער ביי סאטמארער חסידים.

מטעם הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר בארץ ובגולה איז פארמירט געווארן א וועד הנסיעה, וועלכע האבן שוין אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש פון ארגאניזירן דעם מסע הקודש און דעם שבת המרומם, אינאיינעם מיט די גאר געניטע עסקנים פון די קהילות הקודש אין ירושלים און בני ברק, שוין עטליכע וואכן וואס מ'ארבעט אויס די פלענער אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, באזונדער האט מען מיט עטליכע וואכן צוריק אפגעדונגען די דירות און אכסניות אויפן בארג אין מירון צו קענען איינקוואטירן דעם ציבור האלפים אויף שב"ק.

מער פרטים פונעם מסע הקודש און שבת המרומם וועט אי"ה נאכפאלגן.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ