גרויס התרגשות ביי חסידי דינוב צו געהויבענע חתונה פון נכד האד' מדינוב; החתן בן זקונים פון בנו הגה"צ דומ"ץ וראש ישיבת דינוב

מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי דינוב מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחה, די חתונה און די ארומיגע ימי שמחה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וואס וועט אפגעראכטן ווערן בשטומ"צ מארגן דינסטאג פרשת בהעלותך הבעל"ט, וחסידים ברנה יגילו זיך מיטצופרייען ביים עת משוש ביי דער שמחת בית צדיקים.

בשטומ"צ וועט גיין אונטער די חופה החתן המופלג בנש"ק פרצע"ח הרב אלטר זאב ראבינאוויטש שליט"א ממצויני תלמידי ישיבת דינוב, בן הגה"צ דומ"ץ וראש ישיבת דינוב שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, עב"ג הכלה ב"ק טאכטער פון הגה"צ אבד"ק ור"מ תפארת אליעזר שליט"א.

די שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן פאריגן שבת קודש, שבת פרשת נשא, ווען עס איז אפגעראכטן געווארן דער "שבת עלי' לתורה" פונעם חתן, אין דינובער הויף ברוב פאר ושמחה. אויף שבת קודש זענען געקומען צו פארן א שטראם פון פילצאליגע אורחים פון נאנט און ווייט, תלמידי וחסידי דינוב, ובפרט תלמידים יוצאי הישיבה פון די דינובער ישיבה וואס האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחה בבית כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א ובנו הגה"צ דומ"ץ וראש ישיבה שליט"א.

שבת אינדערפרי האט מען באגלייט דעם חתן ביים שטוב פונעם אבי החתן הגה"צ דומ"ץ דינוב שליט"א, און מ'האט זיך צוזאמגעקומען צו די תפלות אין ביהמ"ד וואו דער חתן האט עולה געוועהן לתורה, נאכ'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער קידושא רבה, ביי וועלכן עס האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון מאסן חסידים וואס זענען געקומען אפגעבן דעם ברכת מזל טוב און מקבל זיין מברכותיו פונעם ראש בית אב דער רבי שליט"א בעת משוש ושמחת לבבו.

נאכ'ן דאווענען האבן אלע אורחים געהאט די זכי' מיטצוהאלטן די סעודה ביים עריכת השולחן פונעם רבי'ן שליט"א, ביי וועלכן מ'האט פארברענגט אויף א געהויבענעם פארנעם בעת השמחה.

נאכמיטאג האט די מחותן וואס איז נודע בשעריו הגה"צ אב"ד תפארת אליעזר שליט"א פארגעלערנט פרקי אבות, און גלייך דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א געפראוועט שלש סעודות ווי אלע וואכן, וואס האט נאכעפאלגט "פארשפיל" ביי וועלכן מ'האט זיך משמח געוועהן בתופים ומחולות לכבוד החתן אלס הכנה צו די געהויבענע ימי השמחה פון די חתונה הגדולה.

דער יום החתונה וועלכע איז באשטימט אויף מארגן דינסטאג אווענט פרשת בהעלותך, וועט זיך אנהייבן שפעט נאכמיטאג ביים 'מעמד קבלת פנים' אין די זאלן פון כתר ריזל אין וויליאמסבורג וועלכע וועט דורך די עסקנים ווערן ספעציעל אויסגעשטאטעט מיט אסאך זיץ-פלעצער צו קענען אקאמאדירן די פילע משתתפים וועלכע זענען ערווארטעט צו די גרויסע חתונה.

דערנאך וועט פארקומען דער מעמד החופה פארנט פונעם זאל במעמד עם רב. די חופה וועט פארקומען אויף א ספעציעלע פלאטפארמע, אין איינקלאנג מיט גדרי הצניעות לויט די אנווייזונגען פון די עסקנים.

די סעודת החתונה וועט פארקומען אין די פראכטפולע זאלן פון "כתר ריזל – כתר צבי" וועלכע וועט זיין אויסגעשטאטעט מיט אסאך פלאץ צו קענען אקאמאדירן די פילע חסידים און ידידים וועלכע וועלן זיך קומען באטייליגן ביי די סעודת החתונה.

די הויכפונקטן פון די חתונה וועט זיין ווען דער רבי שליט"א וועט אריינקומען צו די סעודת החתונה בתוף ומחול און מפאר זיין על ראש שמחתו. נאך די ריקודין וועט פארקומען די געהויבענע מצוה טאנץ פון דער רבי שליט"א, און אין א בחינה פון וינועו אמות הספים וועלן די חסידים זיך הייבן מיט א התרגשות יתירה בעת די רבי שליט"א איז רוקד לפני הכלה ברשפי אש קודש, זייענדיג משפיע כל טוב פאר אלע חסידים.

נאך די חתונה וועט נאכפאלגן א געהויבענע וואך פון שבעת ימי המשתה, יעדע נאכט  צוגעשטעלט דורך אן אנדערן פון די זיידעס און מחותנים. דער צענטראלער שבע ברכות וועט אפגעראכטן ווערן מוצש"ק, צוגעשטעלט דורך ק"ק דינוב, לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וואס וועט זיין א הערליכע איבערלעבעניש פאר'ן גאנצן ציבור.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ