פוסק הדור הגר"מ משה שטערנבוך שליט"א אדרעסירט רדיפת הדת אין ארה"ק ביי צוזאמקום דורך כוללי תשובות והנהגות

מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

קרעדיט: ארזני


שארפע ווערטער זענען געהערט געווארן דורך מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, אין שאטן פון דעם ביטערן גזירת גיוס בני ישיבות וואס איז אין די טעג עומד על הפרק.

די ווערטער פונעם גאון זענען געזאגט געווארן, ביים יערליכן צוזאמקום פון איבער הונדערט פופציג אברכי הכוללים פון רשת כוללי תושובת והנהגות בנשיאותו פונעם פוסק הדור אין הר נוף, ירושלים, בית שמש און מודיעין.

נאכן ארויסברענגען דעם דבר ה' און חובת השעה וואס ס'ליגט אויף די חשובע אינגעלייט, שטייענדיג אין דעם יעצטיגן שעת שמד מיט די ביטערע גזירה, ווען די ראשי השלטון ווילן אויסרייסן די תורה הקדושה היה לא תהיה און די חוב פון אויסנוצן יעדע רגע אויף לימוד התורה מתוך יראת שמים – האט דער גאון משמיע געווען דעם דעת תורה הברורה און זיך באצויגן צו דער איראנער אטאם באמבע וואס טוט אויפברענגען זארג אין די אלגעמיינער וועלט און ארץ ישראל בפרט. דער גאון האט ארויסגעברענגט דעם דבר ה' און חובת השעה וואס ליגט אויף די חשובע אינגעלייט, שטייענדיג אין דעם יעצטיגן שעת שמד מיט די ביטערע גזירה, און האט זיך צווישן אנדערע אויסגעדרוקט בלשונו הזהב: "מענטשן פרעגן מיר אז זיי האבן מורא פון די איראנער אטאם באמבע. איך קען אייך זאגן דאס וואס דער חזון איש האט שוין געזאגט בשעתו: "מיר האבן נישט מורא פון זייערע באמבעס, נאר פון די בחורים אין מילטער".

דער גאון האט אויסגעפירט מיט שטורמישע דיבורים, אז די פחד איז גאר פון די ביטערע גזירות להעביר הדת דורך די רשעי עמנו, אבער פון די איראנע באמבעס דארף מען נישט מורא האבן.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ