דאנערשטאג פ' נשא • ט' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
דער חרדישע אידנטום איבער גרעיטער ניו יארק און תלמידי וחסידי שבט הלוי בפרט זענען איינגעהילט אין א שטימונג פון כבוד התורה והחסידות, האבנדיג די זכיה מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א וגאב"ד זכרון מאיר, ממנהיגי היהדות הנאמנה בארה"ק, וועלכער וועט היינטיגן דאנערשטאג נשא אנקומען קיין ניו יארק, און וועט מאציל זיין מהוד תורתו ועבודתו אויפ'ן יהדות החרדית.
די רבי שליט"א קומט צופארן קיין ניו יארק לרגל השמחה במעון קדשו, זייענדיג דאס ערשטע שמחה וואס וועט געפראוועט ווערן ביים רבי'ן אין הויף – על אדמת אמעריקא, עס וועט גיין אונטער די חופה די כלה א טאכטער ביי זיין זון הרה"צ ר' יואל אלישע הלוי וואזנער שליט"א ראש כולל מראה יחזקאל בארא פארק חתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, מיט די חתן א זוהן פון הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א.
והימים ימי ביקורי ענוי"ם, די צוויי וואכן וואס דער רבי שליט"א וועט וויילן אין ניו יארק, וועט זיין דערהויבענע און גייסטיש דערקוויקנדע טעג פאר חסידים ואנשי מעשה, ווען מען וועט האבן די געלעגנהייט צו וויילן במחיצתו, און מיטהאלטן ימי אורה ושמחה, און נהנה זיין עצה ותושיה.
אין לויף פון די ימי הביקור וועט דער רבי שליט"א אויפטרעטן מיט פילע דרשות אין די היכלי התורה והישיבות בדרוש והלכה, און אזוי אויך מיט דברי הדרכה והשקפה במשנתו פון מרן זקינו הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל, ווי די רבי שליט"א איז באקאנט אלס א באוואוסטער פוסק הלכה און פה מפיק מרגליות וידיו רב לו אינעם פעלד פון חינוך שוין לאנגע צענדליגער יארן.
גלייכצייטיג ווערן געפלאנט א צאל גרעסערע און קלענערע באנקעטן לטובת די מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל, און אזוי אויך וועט זיין באזונדערע זמני כניסה בקודש פנימה לעצה ולברכה.
דעם שבת קודש פרשת נשא וועט די רבי שליט"א וויילן אין שטאט בארא פארק, שבת נאכמיטאג וועט די רבי פארלערענען דער שיעור אין פרקי אבות משולב מיט דברי הדרכה ישרה לקראת די זומער טעג, אין היכל ביהמ"ד שבט הלוי ניוטריק עוועניו, נאכגעפאלגט מיטן סעודת רעווא דרעווין ברוב עם.
זונטאג וועט געפראוועט ווערן די חתונה בחצר הקודש אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק. די רבי וועט פארבלייבן אין ניו יארק ביז דעם קומעדיגן דינסטטג שלח ווען די רבי וועט זיך צוריקקערן למעון קדשו אין ארץ ישראל.
יהא בואו לברכה ולחיזוק היהדות החרדית.