מרכז העולמי ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין וועט באנייעט ווערן יום טוב שבועות נאך טראגישע אינצידענט שבועות תשפ"א

מאנטאג פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין א פריידיגע שטימונג פון 'שמחתי באומרים לי בית ה' נלך', ווערט אויפגענומען ביי חסידי קארלין סטאלין, די בשורה מרנינה, אז אויף דעם יום טוב שבועות הבעל"ט, וועט מען ענדגילטיג באנייען דעם צענטראלן ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי קארלין סטאלין אין גבעת זאב.

דאס קומט נאך א צייט אפשניט פון גאנצע פיר יאר, זינט יענעם ערב שבועות תשפ"א, ווען עס איז געפייערט געווארן די מעמד חנוכת הבית פאר'ן נייעם ביהמ"ד הגדול וועלכע האט נאך דאן געהאלטן ביי די לעצטע שטאפלען פון פארענדיגט ווערן. אין סאמע ברען פון די חגיגה, האט פאסירט די שוידערליכע אומגליק, ווען די זעכצן שטאקיגע פארענטשעס זענען צוזאמגעפאלן, און הונדערטער חסידים זענען אראפגעפאלן און צודרוקט געווארן ה"י, וואס האט געקאסט דאס לעבן פון דריי אידן און האט פארוואונדערט איבער צוויי הונדערט חסידים, פון וואס עטליכע פון זיי האבן זיך נאכאלץ נישט ערהוילט ל"ע.

זינט יענעם ביטערן אומגליק, האבן די רעגירונגס אינסטאנצן פארשפארט דעם ביהמ"ד מיט שלאס און ריגל, וואס האט ווי פארשטענדליך אפגעשטעלט די בוי ארבעט אויפן פלאץ, און אלע גרעסערע תפלות און טישן אין לויף פון די לעצטע פיר יאהר זענען פארגעקומען אין א ספעציעלע אויפגעשטעלטע שאטער נעבן דעם ביהמ"ד.

מיט ארום צוויי יאר צוריק, האבן די עסקנים ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן, ווייטער פארצוזעצן די בוי ארבעט און זינט דאן האט די בוי ארבעט פארגעזעצט אין פולן טעמפא אויף אלע שטאקן פונעם בנין. אצינד שטייענדיג הארט איידער דעם יום טוב שבועות, האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט צו ברענגען די נושא צו איר פרייליכע ענדע און נאך איבערמידליכע שתדלנות ביי מיט די שטאט-ראט און זיכערהייט באאמטע, האט מען בס"ד ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן לשמחת לבם פון די טויזנטער חסידים וועלכע גרייטן זיך צו קענען ווידער זיך צוריקקערן צום בית ה' בשמחה וברננה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ