זונטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: יהושע פרוכטר
ברגשי גיל וחדוה האבן וויזניצער חסידים אין אמעריקא ערהאלטן די בשורה משמחת אז מען וועט האבן די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער וועט אנקומען בשערי ניו יארק אויף א געהויבענעם ביקור קודש, אונטערן נאמען 'ושכנתי בתוכם', א ביקור חיזוק ספעציעל געווידמעט פאר די יונגערע אינגעלייט פון די קהילה אין אמעריקא, ביי וועלכן דער רבי וועט משפיע זיין פונדערנאנט און געבן די געלעגנהייט פאר די צעירי החסידים להסתופף בצל הקודש.
דער רבי וועט זיך ארויסלאזן פון שווייץ דינסטאג פ' פנחס י"ט תמוז הבא עלינו לטובה, און וועט זיך אויפהאלטן די נאכפאלגענדע וואך אין ניו יארק, און אויפנעמען דעם ציבור חסידים יעדער באזונדער לויט א ספעציעלן סדר.
די הויכפונקט פונעם ביקור קודש וועט זיין די געהויבענע שבת התאחדות פאר אלע יונגע אינגעלייט ובני ביתם, א שבת וואס אנטשפרעכט צו זיין א קוואל פון חיזוק און התרוממות הנפש. ענדע וואך דאנערשטאג מטות מסעי וועט די רבי שליט"א צוריקפארן קיין שווייץ וואו די רבי וועט וויילן ביז אנהייב חודש אלול.
ביי א ספעציעלע אסיפה דעם דאנערשטאג פאר די צעירי האברכים אין אמעריקא האבן די חסידים ערהאלטן די בשורה טובה ומשמחת וואס איז געמאלדן געווארן דורך הרב מענדל פישער הי"ו חבר וועד חבורתא דחסידי וויזניץ וואס האט ארויסגעברענגט דאס גרויס חביבות און אהבה פונעם רבי'ן שליט"א צו זיינע תלמידים כבנים, און בפרט די אינגעלייט, יוצאי הישיבה.
ווי נאר די חסידים האבן ערהאלטן די פריידיגע בשורה האט מען ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, און דאן האבן די עסקנים איבערגעגעבן די ערשטע דעטאלן פון די סדר הנסיעה און פונעם געהויבענעם שבת.