בַּקְּשׁוּ רַחֲמִים: האד' מספינקא אין שפיטאל איבער שבת צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס

פרייטאג פ' בה"ב • כ"ה אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


כלל ישראל טוט מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל זייענדיג אין א שוואכע געזונט צושטאנד.

דער רבי שליט"א, איז נעכטן דאנערשטאג אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין מאנהעטן נאכן זיך נישט גוט שפירן, נאכן דורכפירן פארשידענע אונטערזוכונגען איז באשטעטיגט געווארן אז דער רבי ליידט פון א שוואכקייט אין די לונגען, וואס קען גאר שטארק אויסטרעפן אויפן געזונט צושטאנד און די דאקטוירים האבן געראטן אז דער רבי זאל פארבלייבן אין שפיטאל איבער שבת.

כלל ישראל איז לרפואתו, און בפרט וועלן חסידי ספינקא אויסנוצן דעם עת רצון שטייענדיג בו ביום פונעם רבינס יום הבהיר היינטיגן כ"ה אייר, למען אריכות ימיו ושנותיו בבריאות השלימות. דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן נפתלי צבי בן פערל בתוך שאר חולי ישראל.

והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל