דאנערשטאג פ' בהר בחקותי • כ"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין אן ערשטמאליגע שריט איז געלאזט געווארן אין גאנג א גראנדיעזע היסטארישע מעמד בקרב חסידי צאנז אין אמעריקע, זיך אנצושליסן אינעם הייליגן מפעל "כוללי הש"ס" וואס איז נתייסד געווארן פאר איבער פערציג יאר צוריק, און געפירט געווארן דורך הרה"ק בעל שפע חיים זי"ע, און ווערט ווייטער נמשך בגאון ועוז דורך יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און טוט מרבה זיין פעלים לתורה אויף א שטוינענדן פארנעם, וואס טוהט אוועקשטעלן תלמידי חכמים און גדולי הדור וואס טוהן דורך לערנען כל התורה כולו מיט איר ספעציעלע סדר הלימוד.
א גאר רייכע און מלכות'דיגע מעמד וועט אפגעראכטן ווערן אינעם הויכפונקט פונעם קאמפיין, ספעציעל געאייגנט פאר די הונדערטער נגידים בעם תלמידי וחסידי צאנז פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי, וואס שליסן זיך אן מיט גרעסערע סכומים פאר'ן כוללי הש"ס, און וועלן האבן די פריוועליגיע מיטצולעבן שעות של התרוממות הנפש ביים גרויסן דינער דעם קומענדיגן מיטוואך בהעלותך, ט"ו סיון הבעל"ט.
לכבוד דעם מעמד וועט קומען צו פארן קיין אמעריקע דעם רבי'נס זון, הגה"צ רבי יוסף משה דוב האלבערשטאם שליט"א רב חסידי צאנז אין אמעריקע, וועלכער קומט צו פארן בשליחות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א צו איבערגעבן דעם ברכת הקודש פאר אלע תומכים און אויפטרעטן מיט'ן משא המעמד.
דער גרויסער מגבית איז אריינגעפירט געווארן אין שווואנג דעם פארלאפענעם שבת אמור, ווען אין אלע שטיבלעך פון חסידי צאנז אין אמעריקע איז אפגעראכטן געווארן אן אייגנארטיגע "קידושא רבא", וואו די שלוחי הקודש פונעם רבי'ן, מיט'ן נאמען "מזכי הקודש", האבן אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דיבורים איבער'ן גרויסן עול וואס ליגט אויפ'ן רבי'ן צו פינאנצירן די ברייט פארצווייגטע אונטערנעמונג וואס טוט מרבה זיין דעם כח התורה איבער די גאנצע וועלט אויף אן אויסטערלישן פארנעם, און ווי הייליג און טייער דאס איז געווען ביים רבי'ן דער שפע חיים זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט די פארכטיגע און זעלטענע הבטחה אז "ווער עס וועט זיין א שותף פאר כוללי הש"ס וועט ער שפאצירן מיט אים אין גן עדן".