צדיק זה בא: יהדות מאנטריאל וועט אויפנעמען בהערצה דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א

דאנערשטאג פ' בהר בחקותי • כ"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


בקרב יהדות מאנטריאל ווערט אויפגענומען בשמחה רבה די ידיעה מרנינה איבער דעם ביקור מרומם וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, וועלכער וועט מעריך זיין א גאר געהויבענעם און לעכטיגן שבת בתוככי העיר, און משפיע זיין מהודו וזיוו דורכאויס די ימי ביקור.

דער ביקור הוד פונעם פאלטישאנער רבי'ן שליט"א אין שטאט מאנטריאל ברענגט אויף רגשי געגועין וכיסופין ביי די עלטערע תושבי העיר, ביי וועם ס'ליגט נאך גוט אין די ביינער די אומפארגעסליכע שבתים און באזוכן וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן נאך ביים רבי'נס זיידע, הרה"ק בעל פקודת אלעזר מפאלטישאן זצ"ל, וואס פלעגט אפט קומען באשיינען די שטאט און דארט משפיע זיין מאור קדושתו וואס האט געלאזט א רישומא קדישא ביז'ן היינטיגן טאג.

ולאחריו בקודש האט נכדו חביבו וממלא מקומו, יבלחט"א כ"ק פאלטישאנער רבי שליט"א, ממשיך געווען בדרכי אבותיו, און ביז עטליכע יאר צוריק האט דער רבי באופן קבוע אפגעראכטן יערליכע באזוכן אין שטאט, און דארט געפראוועט לעכטיגע שבתים וואו הונדערטער תושבי העיר האבן זיך געווארעמט און מקבל געווען לקחה של תורה וחסידות מפיו, און נהנה געווען עצה ותושי'.

די לעצטע עטליכע יאר האט דעם רבי'נס שווערע געזונט צושטאנד אים נישט ערלויבט צו ממשיך זיין מיט די נסיעות קיין מאנטרעאל, און יעצט ווען דער רבי שליט"א איז ב"ה שוין צוריק ביי די כוחות, איז דער רבי נעתר געווארן לבקשתם פון די תושבי העיר און קומען צו זיי משפיע זיין באופן גבוה ונעלה, אויף דעם היינטיגן שב"ק פר' בהר-בחוקתי, שבת חזק, און שבת מברכים חודש סיון.

די אכסניא של תורה וועט זיין אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום געשטעטנער, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס בית וועד לחכמים און צענטערפונקט פאר הונדערטער אידן וואס וועלן זיך קומען ווארעמען לאורו הנשגב פונעם רבי'ן שליט"א, ביי די געהויבענע תפילות און טישן וואס וועט אלעס פארקומען אינעם זאל בבית האכסניא.

אין איינע פון די ימי הביקור וועט אפגעראכטן ווערן דער הערליכער "מעמד קבלת פנים" וואו די תושבי העיר וועלן אריינכאפן די זכי' צו מקבל זיין פניו בתודה, און שפעטער וועט זיין די געלעגענהייט אריינצוגיין בקודש פנימה מיט קוויטלעך און מקבל זיין עצה ותושי'.

בתוך ימי הביקור וועלן פארקומען ביים רבי'ן שליט"א ביקורי ענוים דורך די גדולי אדמורי"ם ורבני העיר, נאכגעפאלגט מיט ביקורי גומלין דורכ'ן רבי'ן שליט"א. ווי אויך וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן א שיינער באזוך בבית בנו הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל טווערסקי שליט"א, מחשובי מרביצי תורה אין שטאט מאנטריאל.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן