מה טובו אהלך: ריזן "שאטער געביידע" ווערט אויפגעשטעלט בחצר ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים לכבוד יו"ט שבועות

דינסטאג פ' בהר בחקותי • כ"ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


שטייענדיג אין די וואכן איידער יו"ט שבועות הבאים לקראתינו לשלום ווערט מיט עקסטאז אויפגענומען ביי חסידי בעלזא בכל אתר ואתר די פריידיגע בשורה איבער'ן אויפבוי פון א ריזן גיגאנטישע "שאטער געביידע" וואס וועט אויפגעשטעלט ווערן על פני רחבת החצר פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית ירושלים עיה"ק.

דאס קומט אין צייט וואס דער לעגענדארער "גרויסער שטוב" אינעם בנין הגדול איז שוין צר מהכיל און קענען שוין נישט ארייננעמען דעם איבערגיס פון פילע טויזנטער חסידים וואס מערט זיך בליעה"ר פון יאר צו יאר, און נאכפאלגנדיג די הצלחה וואס איז געווען פארלאפענעם יו"ט ראש השנה, ווען דער רבי שליט"א האט געפראוועט אינעם חצר די טישן, און ס'האט געהערשט א געוואלדיגע הרחבת הדעת ווען יעדער האט געקענט מיטהאלטן, איז אצינד באשלאסן געווארן דורך די הנהלת הביהמ"ד הגדול, און מיט די פולסטע הסכמה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אויפצושטעלן א ריזן שאטער, פאר גי שולחנות הטהורות במשך דעם יו"ט קבלת התורה, ווען ובאו כולם בברית יחד אלפי חסידי בעלזא פון אומעטום וועלן עולה רגל זיין קיין ירושלים.

באזונדער רישט מען זיך אויפ'ן היי-יעריגן שבועות אויף א ציבור עצום און אורחים פון איבער די וועלט, ווען ס'וועט געפראוועט ווערן דער היסטארישער מעמד "הכנסת ספר תורה" צו די נייע בשותפות'דיגע ס"ת וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי בעלזא אלוועלטליך, לזכותו ולמען אריכות ימים ושנים פונעם רב שליט"א.

עס וועט אויפגעשטעלט ווערן אינעם שאטער א ספעציעלע הויכע פלאטפארמע, אויפ'ן ענליכן פארמאט ווי מ'האט אויפגעשטעלט ראש השנה, כדי דער גאנצער זאל קענען גוט מיטהאלטן ולראות את פני הקודש.

אבער אנדערש ווי ראש השנה ווען ס'איז נישט געווארן אהערגעשטעלט א טענט, נאר דער ציבור איז געשטאנען תחת כיפת השמים אויסגעשפרייט דורכאויס דעם חצר, וועט אצינד ווערן געהעריג אויסגעשטעלט דער שאטער מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פון 15 שטאק, ארום דעם גאנצן שטח החצר.

עס איז געווארן געניט אויסגעארבעט אז די ערשטע שטאקן פון די פארענטשעס זענען דעזיגנירט פאר די אלע וואס האבן געהאט ביז היינט די "חזקות" אויף די פארענטשעס ביי די טישן אינעם גרויסן שטוב, און די העכערע שטאקן וועלן שטיין די טויזנטער תלמידי הישיבות, דורך א סדר מיוחד וואס ווערט אויסגעארבעט דורכ'ן וועד הישיבות.

דער שאטער וועט בלייבן שטיין על מכונו אינעם חצר אין די וואכן נאך יו"ט, און וועט שטיין צום באנוץ פאר די ימי שמחה ואורה אינעם בעלזער הויף, ווען ס'וועט דעם קומענדיגן חודש סיון געפראוועט ווערן די חתונה הגדולה פונעם רב'ס אייניקל, די חתונה זעלבסט וועט פארקומען אין א גיגאנטישע סטעדיום אין ירושלים, און די שאטער וועט ווערן באנוצט פאר די גרויסע שבתים של שמחה, די שבת עלי' לתורה און שבת שבע ברכות בחצר הקודש.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל