לקדושים אשר בארץ: האד' מביאלא נעמט אונטער ערשטמאליגער מסע הקודש קיין אוקראיינע

מאנטאג פ' בה"ב • כ"א אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי ביאלא גרייטן זיך מיט התרגשות צום היסטארישן מסע הקודש 'לבבינו אליו' בראשות כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועלכער וועט אונטערנעמען א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אוקראיינע אינאיינעם מיט די נגידים, תומכי תורה ומחזיקי תורה, די וואס שטייען צו די רעכטע האנט פון די מוסדות הקדושים דחסידי ביאלא בארה"ק.

די נסיעה טראגט מיט זיך א ספעציעלע באדייט ביי ביאלא חסידים, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די רבי שליט"א פארט ארויס אויף א נסיעה מיט די חסידים, שטייענדיג עטליכע וואכן נאכן פארענדיגן די שנת האבילות צום הסתלקות פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל 'מבשר טוב', נאך א גאנצע יאהר וואס די רבי שליט"א טוט אנפירן די עדה הקדושה ביד רמה, וואס רעכנט אריין אלע מוסדות הקדושים משאת נפשו פון אביו הגדול די רבי זצ"ל, און אצינד וועט זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים נדיבי לב וואס שטיין לימין קדשו פון רבי'ן רונדע דעם יאהר, מיטצוהלטן א מסע הוד כולו רוחני בצל הקודש, און זיך אויסגיסן דאס הארץ ביי די קדושי עליון מאורי החסידות.

די מסע הקודש וועט געלאזט ווערן אין גאנג דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת בהר בחוקותי אור לכ"ז אייר ווען די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן מיט די פמליא פון ארצינו הקדושה אויפן וועג קיין שאץ אין ראמעניע. נאך שחרית זונטאג צופרי וועט מען אריבערפארן די גרעניץ קיין אוקריינע, און אין לויף פון צוויי פילע טעג וועט מען פוקד זיין די ציונים הקדושים פון די שרפי מעלה הקדושים אשר בארץ המה, אנגעהויבן זונטאג אין סאדיגורא ביים הייליגן רוזשינער זי"ע, דערנאך אין מעזיבוזש ביים אור שבעת הימים די בעל שם טוב הק' זי"ע ווי מ'וועט פארבלייבן אויף לינת לילה, און פראווען א יומא אריכתא במחיצת קדשו שטייענדיג סמוך ונראה צום הילולא קדישא יו"ט שבועות.

מאנטאג אין לויף פונעם טאג וועט מען מתפלל זיין אין בארדיטשוב ביים סניגורן של ישראל דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע, און אין פרעמישלאן ביים הייליגן רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע בעצם יומא דהילולא קדישא ערב ר"ח סיון. דינסטאג צופרי נאך שחרית אין פרעמישלאן וועט מען זיך ארויסלאזן קיין ריישא פון ווי מען וועט זיך צוריקקערן קיין ארץ הקודש אנגעפילט מיט זעק פון ישועות און השפעות טובות.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל