עקסטאז צום "שבת המייסדים" מיוחד פאר נגידי מוסדות טאהש בראשות האד' מטאהש אין פארסיפעני – ניו דזשערזי

זונטאג פ' בה"ב • כ' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי טאהש נעמען אויף מיט פרייד די איבערראשנדע נייעס אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווענען א געהויבענע שבת געאייגענט פאר נגידים ותומכים, געווידמעט פאר די חסידים וואס שליסן זיך אן מיט גרויסע סכומים למען החזקת המוסדות דחסידי טאהש אין ניו יארק.

דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע דריי יאר איז די גבולי הקדושה שטארק פארברייטערט געווארן, ווען עס איז געעפנט געווארן עטליכע מוסדות פאר חסידי טאהש אין ניו יארק בנשיאותו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וואס רעכנט אריין: א תלמוד תורה אין מאנסי, א תלמוד תורה אין בארא פארק, א מיידל שולע אין וויליאמסבורג, און איבער אלעם די העכסט מוצלח'דיגע ישיבה קטנה תפארת משולם פייש ד'טאהש וואס איז סטאנציאנירט אין טשעסטער בגלילות קרית יואל, און די נייע ישיבה גדולה וואס ווערט געעפנט בעז"ה צום קומענדיגן שנת הלימודים אין א מזל'דיגע שעה.

אוועקצושטעלן א יסוד איתן פאר די פריש בליענדע מוסדות הקדושים אין ניו יארק, ווערט אצינד אהערגעשטעלט דעם ערשטמאליגן שבת מיטן נאמען "שבת המייסדים", אין וואס עס וועלן אנטייל נעמען די נגידים ותומכים מיט שיינע סכומים, און מיטהאלטן דעם שבת בצל הקודש מיטן רבי'ן אינאיינעם כשהמלך בשדה.

די שבת איז באשטימט אויף קומענדיגן שבת פרשת בהר בחוקותי, שבת מברכים חודש סיון, און וועט אהערגעשטעלט ווערן דורך די ברייט בארימטע YF פראדאקשען פירמע, אין שפיץ פון העסקן ר' יוחי פליישמאן הי"ו און זיינע געטרייע מיטהעלפער. די שבת וועט פארקומען אין א פראכטפולע האטעל אין פארסיפעני – ניו דזשערזי, וואס געפונט זיך אויפן מאפע צווישן די היימישע געגנטער אין ניו יארק, און די הייליג שטעטל קרית טאהש קאנאדע פון וואו דער רבי קומט צו פארן אינאיינעם מיט די ארטיגע תומכים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ