מיטוואך פ' אמור • ט"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א טויש אין פלאן וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א היינט ארויספארן קיין אמעריקא וואו דער רבי וועט פארוויילן די קומענדיגע חדשים לצרכי רפואה.
ווי באריכטעט האט דער רבי געזאלט ארויספארן די וואך קיין ארץ ישראל, און וויילן אויף אפרוה אינעם יישוב הר יונה אין נוף הגליל, צוליב דעם רבינס שוואכן מצב הבריאות האבן אבער די דאקטוירים געראטן אז מ'זאל פארן קיין אמעריקא וואו עס איז פארהאן פאסיגע דאקטוירים און ספעציאליסטן צו קענען אבזערווירן דעם רבינס מצב און האפענטליך קענען ברענגען א ישועה בס"ד.
דער רבי וועט פארוויילן די קומענדיגע תקופה, ווארשיינליך ביז די הייליגע טעג אין קרית וויזניץ קייאמישע אין שטוב פון בנו הגדול הרב מנחם שלמה האגער, לויט די יעצטיגע פלענער וועלן נישט פארקומען קיין שום אפציעלע טישן און מעמדים, דער רבי וועט אפרעכטן זיין עבודת הקודש אויף א פריוואטן פארנעם, און וועט מעגליך מיטהאלטן די שבתים בצל קדשו פונעם ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א.
היינט איידער די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין ניו יארק איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום וואו די חסידים און תלמידי הישיבת האבן זיך געזעגענט און דער רבי האט משמיע געוועהן דברי פרידה.