העתירו אל ה': האד' מקאלוב וועט היינט אריבערגיין ערנסטע מעדיצינישע פראצעדור אין מינעסאטע

דינסטאג פ' אמור • ט"ו אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


שלומי אמוני ישראל וועלן היינט מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א מגדולי מצדיקי הדור ומזכה הרבים, וועלכער וועט היינטיגן דינסטאג אריבערגיין א קאמפלעצירטע פראצעדור אין שפיטאל, צו פארמיידן געזונטהייט קאמפליקאציעס ה"י.

היינט אינדערפרי איז די קאלובער רבי שליט"א, אפגעפלויגן קיין מינעסאטע וואו עס איז באשטימט געווארן אפצוהאלטן די פראצעדור אין א שפיטאל אין ראטשעסטער, דורך וועלט בארימטע דאקטוירים ריזן אין דעם פעלד.

דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג נאך שחרית פון די JFK לופטפעלד, מיט א פריוואטער פליגער וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך א פילאנטראפ פון די ספרדישע געמיינדע, א מקורב צום קאלובער הויף, וועלכע האט בנדבת לבו צוגעשטעלט זיין פריוואטן פליגער צו קענען פארגרינגערן די רייזע פארן רבי'ן שליט"א. די נסיעה איז באגלייט געווארן דורך א מעדיצינישע שטאב און ספעציאליסטן וואס זענען געאייגנט פאר אזעלכע פעלער, נאכדעם וואס עס איז שוין פארלאפן גאנצע צען יאהר זינט דאס לעצטע מאל וואס דער רבי איז ארויף אויף אן עראפלאן.

מיטאג צייט וועט דער רבי שליט"א אריבערגיין די פראצעדור אין די מאיו קליניק אין ראטשעסטער, די פראצעדור קען געדויערן ביז דריי שעה, און אין די זעלבע צייט וועלן פארקומען מניני תהלים בבית מדרשו של רבי אין וויליאמסבורג, און אין אלע קאלובער בתי מדרשים אריינגערעכנט בארא פארק, מאנסי און אין ארץ ישראל אין שטאט ביתר, להעתיר בתפילה ותחנונים למען בריאתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן משה בן רייזל לרפואה שלימה.

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ