בשורה טובה: האד' מוויזניץ וועט אהיימקומען אויף יום טוב פסח למעונו אין קרית וויזניץ

זונטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר


מיט פרייד איז היינט געמאלדן געווארן די בשורה טובה ומשמחת מטעם בית מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה אז דער רבי שליט"א וועט לויט די יעצטיגע פלענער אהיימקומען פון לאס אנדזשעלעס אויף דעם קומענדיגן יום טוב פסח הבעל"ט, לשמחת לב חסידי וויזניץ די בכל אתר ואתר און גאנץ כלל ישראל וועלכער זענען געוועהן פאראייניגט די לעצטע תקופה צו דאווענען פארן רבינס געזונט, נאך די גורל'דיגע אפעראציע וואס דער רבי איז אדורך אינעם ווייטן קאליפארניע.

אויב אלעס וועט גיין ווי געפלאנט מיטן אויבערשטנס הילף, וועט דער רבי שליט"א פארלאזן לאס אנדזשעלעס קומענדיגע וואך דינסטאג פ' צו, און וועט אנקומען אהיים אויפצומארגנס מיטוואך י"א ניסן, שבוע שחל בו פסח.

ליל הסדר וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן בביתו נאווה קודש, בזעיר אנפין, אינאיינעם מיט די משפחת המלוכה, די קינדער און אייניקלעך און די צאצאים פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע.

איינע פון די ימי חול המועד וועט דער רבי שליט"א אריינקומען צום עריכת שולחן הטהור לכבוד המועד אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית וויזניץ, זייענדיג א געלעגנהייט פאר אלע חסידים להקביל פני רבם ברגל, און זיך מיטפרייען בשמחת המועד, מיט א שבח והודאה אויף די חסדים נגלים נאך די שווערע דורכגאנג אין דעם רבינס געזונט.

אויף די צווייטע טעג יום טוב שביעי של פסח, ערווארט מען א מאסן צוזאמפאר ווי קיינמאל בעפאר, ווי טויזנטער חסידים וועלן מיטהאלטן דעם יו"ט בצל הקודש, מיטן האפענונג אז דער רבי וועט אריינגעקומען צו טייל פון די תפילות און טישן, לויט וויפיל זיין מצב הבריאות וועט ערלויבן.

אויף די אנווייזונגען פון די דאקטוירים וועט דער רבי שליט"א ארויספארן נאך יום טוב אויף א לענגערע אפרוה, זיך אנצושעפן מיט פרישע כוחות, נאך דעם שווערן ווינטער.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ