מיטוואך פ' פקודי • כ"ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: דוד כהן
חסידי וויזניץ נעמען אויף מיט גרויס שמחה און פרייד די בשורה טובה אז חסדי ה' כי לא תמנו, תפלות ישראל עשתה רושם איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל נאך די שווערע אפעראציע וואס דער רבי איז דורך די לעצטע וואך.
אין לויף פון די וואך האט זיך דער רבי ב"ה געשטארקט און דער מצב איז געגאנגען צו בעסערונג, בעת די חסידים טוען אומאויפהערליך מתפלל זיין ביי רוטינע משמרות און עצרות תפלה פאר'ן רבי'נס געזונט. היינט מיטוואך איז געקומען די ענדגילטיגע החלטה פון די דאקטוירים אז דער רבי קען שוין באפרייט ווערן פון שפיטאל, צום אכסניא אין לאס אנדזשעלעס, אריינבלאזנדיג א שטראם פון התרגשות של שמחה ביי אלע חסידים. בפרט און מ'האפט אז בקרוב הימים וועט זיך דער רבי אהיימקערן למעון קדשו אין קרית וויזניץ, און זיך צוריק זען אינאיינעם מיט די חסידים וואס קוקן שוין אזוי ארויס דערויף.
די דאקטוירים זענען אפטימיסטיש און וועלן אין די נאנטע טעג באשליסן ווען דער רבי שליט"א וועט קענען צוריק אהיימפארן, האפענטליך נאך בעפאר יום טוב פסח.
היינט דורכן טאג איז אנגעקומען מבקר חולה זיין ביים רבי'ן שליט"א, חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א וועלכער האט פארברענגט אין שפיטאל דורכאויס די טאג, און באגלייט דעם רבי'ן צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד הרב שמואל בנימין איינהארן הי"ו.