פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א צייטווייליג אריבערגעצויגן קיין שערי חסד בשעת רענאוואציע ארבעט במעון קדשו

דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגע טעג נאך יום טוב פורים האט זיך מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אריבערגעצויגן צייטווייליג צו די שערי חסד געגענט אין ירושלים, וואו דער גאון וועט פארוויילן די קומענדיגע חודש בשעת די אנגייענדע רענאוואציע ארבעט בביתו נאווה קודש אין די הר נוף געגענט.

אין די פשוטע דירה פונעם גאון, וואס איז אין די לעצטערע יאהרן אויסגעשטיגן אלס תל תלפיות וואו טויזנטער אידן ווענדן זיך אהין און גייען אריין לברך ולהתברך און נהנה צו זיין עצה ותושי', האט מען יעצט אונטערגענומען א ברייטע אונטערנעמונג להוסיף על הקודש, צו אויסשטאפירן דעם דירה מיט פרישע איינריכטונגען פארן באקוועמליכקייט פונעם פוסק הדור און די פילצאליגע דופקי פתחו.

אויף ווילאנג מ'פירט דורך די רענאוואציע ארבעט האט איינער פון די מקורבים פונעם גאון אין שכונת שערי חסד אוועקגעגעבן זיין דירה צו דינען אלס אכסניא של תורה, וואו דער פוסק הדור וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן ביז הארט בעפאר דעם יום טוב פסח הממשמש ובא.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל