ככלות השבעה: פלאמעניק פון כ"ק אדמו"ר מאשלג חזון איש זצ"ל אויפגענומען אלס ממלא מקומו

זינטאג פ' ויקהל • ט"ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


שטייענדיג ככלות השבעה צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מאשלג חזון איש זצ"ל טוהן זיך חסידי אשלג טרייסטן אין די המשכת שלשלת הקודש, מיט די אויפנאמע פונעם רבינס פלאמעניק הגה"צ רבי שלמה זאלושינסקי שליט"א לכהן פאר אלס "אדמו"ר מאשלג", און דינען אלס דער מנהיג העדה וממשיך השלשלת און ווייטער ממשיך זיין די הנהגה פון זיין פעטער, און זיידעס למעלה בקודש, צדיקי בית אשלג לדורותיהם.

כ"ק אדמו"ר מאשלג זצ"ל וועלכער איז נסתלק געווארן פארלאפענעם וואך, האט איבערגעלאזט נאך זיך א גרויסע עדה תלמידים חסידים, צובראכן און צושוידערט פון די שרעקליכע אבידה, און אצינד טוט מען זיך מחזק זיין זעהנדיג די ווייטערדיגע המשכה, ווען על פי צוואתו ווערט אויפגענומען א פאסיגער ממלא מקום וואס זאל ווייטער פירן די עדה הקדושה.

דער נייער אשלגער רבי הגה"צ רבי שלמה זאלושינסקי שליט"א, וועלכער איז שוין עטליכע אין זיבעציג יאהר, איז א פלאמעניק פון כ"ק אדמו"ר מאשלג חזון איש זצ"ל, א באליבט אייניקל פון הרה"ק רבי ברוך שלום אשלג זצ"ל בעל ברכת שלום, דער רבי איז א זוהן פון הרה"ח ר' אברהם זאלושינסקי זצ"ל, און בהגיעו לפרקו איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס אן איידעם ביי המקובל הרב יצחק אגסי זצ"ל וואס איז נסתלק געווארן מיט עטליכע יאהר פריער בחיים חיותו פון זיין שווער דער ברכת שלום פון אשלג זצ"ל, וועלכער האט דאן אריינגענומען די יונגע יתומים אין שטוב און מגדל געווען די אייניקלעך ווי אייגענע קינדער. אין אט דעם בית מלא אורה האט דער רבי קונה געווען עבודת השם, און די תורת הח"ן בדרך צדיקי בית אשלג.

נאכן הסתלקות האט ער זיך ווייטער מדבק געווען אין די ממשיכים זיינע פעטערס האדמו"ר רבי שמואל מאשלג זצ"ל, און שפעטער ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג חזון איש זצ"ל נאך וועם מען שטייט אצינד ככלות השבעה, דער רבי שליט"א איז אלע יאהרן געוועהן פאררעכנט פון די פני העדה, און פירט אן מיט די מוסדות הקדושים 'אור יהודה' אין כפר סבא אין ארץ ישראל, מיסודו פון כ"ק אדמו"ר מאשלג זצ"ל בעל ברכת שלום, ווי דער רבי שטייט אין שפיץ פון די בארימטע כוללים בתורת הקבלה, און באזונדערע מוסדות פאר בעלי תשובה ווי ער טוט מקרב זיין די פארבלאנדזשעטע נשמות לאביהם שבשמים.

מיט אריבער צוואנציג יאהר צוריק האט די אשלגער רבי זצ"ל געשריבן א צוואה ווי ער דרוקט אויס רצון קדשו אז זיין פלאמעניק און תלמיד הגה"צ רבי שלמה זאלושינסקי שליט"א זאל – בבוא הימים – איבערנעמען די הנהגה, אלס ממשיך שולשתא דדהבא.

שוין דעם יום טוב פורים האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן פראווענען באדמורו"ת, ווי עס איז געוועהן זמני כניסה להפקד ולהזכר לטובה, און דער רבי האט אפגעראכטן דעם ערשטן 'משתה היין' טיש אינעם נאסטאלגישן בית מדרש אויף רח' חזון איש צווישן די פיר ווענט וואו די פריערדיגע רבי'ס זכר צדיקים לברכה האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש.

מארגן מאנטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען די צענטראלע מעמד הכתרה אין ביהמ"ד וואו דער גאנצער ציבור וועט אריבערגיין מיט קוויטלעך און פדיונות און מקבל מרות זיין פונעם נייעם רבי'ן.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל