גלה כבוד מישראל: עולם הקבלה באוויינט פטירה פון כ"ק אדמו"ר מאשלג – חזון איש זצ"ל

מוצאי שבת פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די שווערע בשורה איבער די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מאשלג זצוק"ל, הגה"צ רבי יעקב משה שמואל גארנירער, מחשובי האדמורי"ם אין שטאט בני ברק, וועלכער איז דעם ליל שב"ק נפטר געווארן אין עלטער פון 82 יאהר לדאבון לב חסידיו, מעריציו וכל בית ישראל.

די הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל רופט ארויס גרויס טרויער ביי תלמידי וחסידי אשלג וועלכע האבן די זכיה געהאט לחסות בצל קדשו און זיך צו דערווארעמען לאורו הבהיר, ספעציעל איז זיין פטירה א פארלוסט פארן עולם הקבלה וואס קלאגען אויף די אבידה פון האי גאון בתורת הסוד, וועלכע פלעגט פארלערנען שיעורים תמידין כסדרן בספר הזוהר במשנת זקינו דער בעל הסולם, און האט אריינגעשיינט דעם תורת הנסתר אין פילע אידן מבקשי ה' המשכימים לפתחו.

דער רבי זצ"ל איז געווען אן איידעם פון כ"ק אדמו"ר רבי ברוך שלום הלוי אשלג זצ"ל בעל ברכת שלום, א זון פון הגה"ק רבי יהודה לייב בעל הסולם מאשלג זי"ע, ער איז געווען פון די נאנטע תלמידים פון זיין גרויסן שווער און האט יונק געווען פון איהם סודות התורה בנגלה ונסתר, בדרך צדיקי בית אשלג. נאך די פטירה פון זיין שווער האט ער זיך מדבק געווען אין זיין גרויסן כ"ק אדמו"ר רבי שמואל מאשלג זצ"ל וואס איז אויפגענימען געווארן אלס ממלא מקום, און האט זיך אינגאנצן מבטל געווען כעבדיה קמיה מאריה.

נאך די קארגע פינעף שנות הנהגה פון זיין שוואגער האדמו"ר רבי שמואל זצ"ל, איז דער רבי זצ"ל אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום בהנהגת העדה, זינט דאן פאר קרוב צו דרייסיג יאהר האט דער רבי אנגעפירט מיט די קהילה קדושה און די ביהמ"ד אויף די חזון איש גאס אין בני ברק, וואס איז אויסגעשטיגן אלס תל תלפיות פאר רבים וכן שלמים וואס פלעגן קומען זיך מסתופף זיין בצילו און נהנה זיין מאור תורתו הבהיר.

במקום גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו, האט דער רבי זצ"ל געלעבט א באשיידן לעבן, בהצנע לכת און געדינט דעם אויבערשטן ווייט פון יעדנס אויג, מיט א געוואלדיגע פשטות און ענוות חן, כל ימיו האט ער זיך נישט געפירט מיט קיין גינוני כבוד, און האט פון זיין באשיידענעם הויף, מעמיד געווען פילע תלמידים בדרך רבותיו הקדושים.

דער רבי איז אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש עד זיבולא בתרייתא. טראץ זיינע שווערע יסורים די לעצטערע יארן, האט ער געדינט דעם בורא און משפיע געווען פאר די ארומיגע, ביז די לעצטע וואך ווען ער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל. ליידער איז די גזירה געוועהן פארשריבן און דעם ליל שב"ק איז דער רבי נסתלק געווארן לגנזי מרומים, לדאבון לבם פון די הונדערטער חסידים ומעריצים, וואס קענען זיך שווער טרייסטן על האי שופרא דבלי עפרא.

דער רבי זצ"ל לאזט איבער א הערליכע דור ישרים מבורך, בנו יחידו הרב יהודה אריה גארנירער שליט"א און נאך פיר חשובע איידימער, אייניקלעך און איר אייניקלעך הולכים בדרכי אבות.

די לוי' קומט פאר היינט מוצאי שב"ק בשעה 11:00 פון ביהמ"ד אשלג אויף רח' חזון איש, קיין ירושלים וואו דער רבי וועט קומען למנוחה נכונה בחלקת אבותיו אויפן הר המנוחות.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל