מאנטאג פ' תצוה • ג' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט א רגש נלהב גרייטן זיך חסידי ואוהדי בית מודזיץ אין אמעריקא מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וואס איז היינט ערווארטעט אויף א באזוך אין ניו יארק אויפצוטרייבן שטיצע להשלמת בית המדרש הגדול אין שטאט בבני ברק, וואס ווערט אין די יעצטיגע חדשים פארענדיגט בכלילת יופי.
די בוי ארבעט ביים מרכז העולמי דחסידי מודזיץ גייט שוין אן עטליכע יאהר, און האלט שוין נענטער ווי ווייטער צום גמר, אצינד ווען די קופת קרן הבנין פונעם ביהמ"ד החדש איז אויסגעליידיגט, און מ'נויטיגט זיך קריטיש אין פרישע געלטער צו ערגענצן דעם בית גדול וקדוש, אויף וואס חסידי מודזיץ קוקן שוין ארויס בכליון עינים, האט דער מודזיצער רבי שליט"א אונטערגענומען די נסיעה קיין ניו יארק צו מזכה זיין די חסידים און גוטע פריינד מעבר לים.
אין לויף פון די וואך וועט דער רבי שליט"א זיין צוגאסט אין שטאט בארא פארק, און וועט ארויפגיין לבתי נגידים ושועים לטובת די נייע ביהמ"ד. דער רבי וועט האבן די אכסניית כבוד אין שטוב פון הנגיד ר' צבי הערץ הי"ו. שבת פ' תצוה, וועט דער רבי פראווען בעיר התורה והחסידות לעיקוואד, אויף א פארמאכטע שבת אינעם טאמס ריווער געגנט, געווידמעט אויסשליסליך פאר די נגידים ותורמים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים פאר'ן נייעם ביהמ"ד, די אכסניא אין לעיקוואד וועט זיין אין שטוב פון הנגיד ר' יצחק אלטמאן הי"ו.
נאך שבת וועט דער רבי ארומפארן צווישן די שטעט און באשיינען א רייע מסיבות און באנקעטן, און מיטוואך ערב תענית אסתר וועט זיך דער רבי אומקערן לביתו נאווה קודש אין בני ברק.