זונטאג פ' תצוה • ב' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין די יעצטיגע טעג קומען שוין פאר די פיבערהאפטיגע הכנות צו די היסטארישע ימי שמחה בחצר הקודש אמשינוב, ווען כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועט אפרעכטן זיין פערזענליכע שמחת "הכנסת ספר תורה" אויף די ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן א שטיק צייט צוריק, און וועט דעם קומענדיגן כ"ו אדר מכניס זיין להיכל ה' ברוב פאר והדר.
דער רבי שליט"א האט מיט עטליכע יאר צוריק זיך אריינגעלאזט אין דעם הייליגן עסק פון לאזן שרייבן אן אייגענע ספר תורה, און מיט דעם זיך באנוצן ביי די תפילות בבית מדרשו הפרטי בביתו נאוה קודש, והיתה עמו וקרא בו כל ימי חייו.
ווי נאר דער רבי האט דאן מיט עטליכע יאר צוריק אויסגעדרוקט רצון קדשו צו מקיים זיין די מצוה פון "ועתה כתבו לכם", איז קעגנגעקומען הנגיד ר' יואל גראס פון לעיקוואד, מגדולי חסידי אמשינוב, מיט'ן גאנצן סכום צו לאזן שרייבן די ספר תורה. מ'האט אויפגענומען א סופר מומחה, מחשובי אברכי אמשינוב, וועלכער האט געשריבן די נייע ספר תורה לויט די ספעציעלע הוראות און הדרכות פונעם רבי'ן שליט"א, מיט די גרעסטע הידורים און דקדוקי הלכה אויף וואס דער רבי שליט"א איז מקפיד, און האט כסדר במשך די שנות הכתיבה באגלייט און זיך נאכגעפרעגט אויף יעדן פרט זיכער צו מאכן אז ס'ווערט געשריבן בתכלית ההידור בכל קוץ ותג.
אצינד ווען די ספר תורה קומט לידי גמר, איז באשטימט געווארן דער יום הכנסה אויפ'ן קומענדיגן מיטוואך פקודי, כ"ו אדר, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס זמן שמחה לכל קהל חסידי אמשינוב וואס וועלן קומען פארן פון נאנט און ווייט מיטצולעבן דעם יום שמחת התורה ביי רבם ומאורם.
לויט די יעצטיגע ערשטע פלענער וועט די ספר תורה ארויסגיין פון די אמשינוב'ע ישיבה אין בית וגן, און וועט געפירט ווערן ברחובה של עיר במקהלות עם רב חסידים ומעריצים. די ספר תורה וועט אריינגעפירט ווערן דירעקט צו ביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן, וואו דער רבי וועט אויף א פריוואטן פארנעם מעריך זיין די הייליגע הקפות והכנסה להיכל, און שפעטער אפרעכטן די סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט די בני המשפחה און נאנטע מקורבים.