אלפי חסידי באבוב-45 אנשים ונשים ביי אסיפה רבתי פאררופן דורך האד' מבאבוב-45 בעניני צניעות ולבושי נשים

מוצאי שבת קודש פ' תרומה • א' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


א גרויסארטיגע היסטארישע אסיפה בעניני קדושה וצניעות איז אפגעהאלטן געווארן דעם מיטוואך אויפדערנאכט בחצר הקודש באבוב 45 אויפן פערזענדליכן קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, ווי עס האבן זיך פארזאמלט טויזענטער חסידים, אנשים ונשים ווי אויך די עלטערע מיידלעך, ווי מען האט אינאיינעם געהערט פלאמעדיגע דרשות לחיזוק כוחות הקדושה, ובפרט איבער די לבושי צניעות ביי נשים.

דער כינוס הגדול איז פארגעקומען אין די ריזן "פאלאס" זאל אין שטאט בארא פארק, וואס איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, אזש מען געדארפט בשעת די מעמד צולייגן נאך זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים וואס זענען געקומען הערן דעם דבר ה', און אינאיינעם זיך אנווארעמען און זיך מחזק זיין על משמר קדושתן של ישראל.

אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הגה"ח ר' אהרן יודא גארדאן שליט"א ר"מ במתיבתא באבוב-45, וועלכער האט צום ערשט אויסגערופן אלס 'נואם הכבוד' הגה"צ ר' חיים פאוויל שנעעבאלג שליט"א אב"ד קהל אברכים מאנסי, וועלכע האט מיט זיין לשון לימודים ארויסגעברענגט די געוואלדיגע קידוש ה', זעהנדיג ווי אזא עדה קדושה קומט זיך צוזאם, נישט צו בויען בנינים, און נישט פאר קיין געלט, נאר פארן בלויזן ציל צו הערן דעם ריינע דבר ה' ברמה בדעת תורה הברורה בקדושה ובטהרה. דערנאך האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט פון א רבי'נישע און הלכה'דיגע שטאנדפונקט די פראבלעמען פון די היינטיגע שייטלען וואס די מטרה דערפון איז אז עס זאל אויסזען גענוי ווי אייגענע האר, און מעורר געווען אז היינט צוטאגס איז ב"ה אכשור דרא פארהאן א געוואלדיגע שפע פון רוחניות אין אלע הינזיכטן, אבער די נושא פון צניעות בנשים ברויך שטענדיג א תיקון אז מען זאל דאס אנהאלטן מיט א שטארקייט בדרכי אבותינו ורבותינו.

דערויף האבן זיך אלע חסידים צוגעהערט צו די משא המעמד דורכן רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, איבערגעבענדיג די קריטיש וויכטיגע חובת השעה. דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח אויף די הייליגע קהלה ומוסדות וועלכע פירט זיך על דרך ישראל סבא אשר שמו הטוב הולכת לפניו, סיי מיט חלק התורה, עבודה, גמילת חסדים, צניעות, חינוך הבנים והבנות, וכן יעזור ה' להלאה. באזונדער האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח די מוסדות הקדושים וועלכע טראגן א שם טוב למרחקים, בפרט די בית חינוך לבנות, און דערמאנט לשבח די כוחות וואס די מנהלות ובראשם די רעביצין הרבנית אשת חבר הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א לייגן אריין אין די תלמידות. דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט אז ב"ה ביי אונז אין די קהלה ומוסדות שטייט ב"ה דער "צניעות סטאנדארט" אויף גאר א הויכע פארנעם, אבער דאך בודזשוועט בייזע ווינטן אויף די דרויסענדיגע גאס, און עס פעלט זיך אויס א כסדר'דיגע חיזוק לעמוד על המשמר נישט חלילה נאכלאזן פון גארנישט.

איידערן צוטרעטן צום ענין פון שייטלעך בימינו, האט דער רבי זייער קלאר ארויסגעברענגט דעם איסור אויף שייטלען פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע אשר מפיו אנו חיים, און אין באבוב ביים הייליגן קדושת ציון זי"ע וואו די גאנצע משפחה איז אלעס געגאנגען אן קיין שייטלען, טראץ דעם וואס אין גאלציע בימים ההם איז שוין דער שייטל שטארק פארשפרייט. דער רבי האט דערמאנט אז נאך זיין פריערדיגע דרשה בענייני צניעות יום הקדוש תשע"ו איז געווען אזעלכע וועלכע האבן זיך עס דאן אונטערגענומען גענצליך אראפצונעמען די שייטלען און עס איז ביי אים געווען א גרויס חשיבות און קורת רוח. דערביי האט דער רבי דערמאנט דעם איסור קעגן לאנגע שייטלען וואס זקינו הרה"ק מבאבוב זי"ע האט אונטערגעשריבן בשנת תשמ"ד און דער רבי האט פארגעליינט די גענויע לשון פון יענעם קול קורא. דאן האט דער רבי ווייטער גערעדט איבער דעם איסור חמור פון גיין א לאנג שייטל וואס דאס ברענגט ארויס א געוואלדיגע הפקירות נאכצומאכן די מאדעס פון די גויים. דער רבי האט משמיע געווען דעת קדשו לויט די פסק פון רבנים און פוסקים פון די לעצטע תקופה אז עס איז חל אן אסור חמור צו גיין מיט א לאנג שייטל, לענגער ווי דאס האלז.

אזוי אויך האט דער רבי שליט"א געוואנדן זיינע רייד צו די עלטערע מיידלעך, און מעורר געווען עטליכע זאכן לגבי די אופן פון די האר ביי מיידלעך אז עס זאל אויסגעהאלטן בדרכי הצניעות.

דא האט דער רבי שליט"א געזאגט, אז די אלע זאכן וואס מען האט גערעדט ביז יעצט איז יסודות הדת עפ"י עיקרא דדינא, אבער עס איז אויך פארהאן ענינים באופן של חומרא והידור, וואס דאס קען מען נישט פארלאנגען בתורת תקנה, אבער ווער עס האט די יכולת זאל עס זעהן אויסצופירן מכח אל הפועל, וואס דאס נעמט אריין אין זיך אז מען זאל גייט מיט סיי וואספארא קאפ צודעק העכער די שייטל. און דער רבי האט צוגעלייגט אז אויב די קינדער ווילן זיך מתנהג זיין מיט מער הידורים לגבי די קאפ צודעק, הייסט דאס חלילה נישט קיין שינוי אין די מסורה, אדרבה מען זאל מחזק זיין די קינדער אז זיי זאלן זיך פארבעסערן אין די לבושים, און דאס זאל זיין זייער גרעסטע שטאלץ.

 ביים סוף פון די אסיפה האט דער יושב ראש צוזאמגענומען דעם רבינס ווערטער אויף הלכה למעשה, און דערביי געמאלדן איבער א וועד פון נשים וועלכע וועלן זיך אפגעבן מיט אלעס אנבאלאנגט ענייני צניעות. אויך איז געמאלדן געווארן אז די קהילה וועט צושטעלן שייטל מאכער'ס פאר די וואס דארפן פארעכטן זייער שייטל עפ"י ההלכה אדער לויט די הידורים. אויך וועט דעם רבנס שטוב באצאלן די קאסטן פון סיי וועלכע תיקונים וואס פעלט זיך אויס. און די נשים צדקניות וואס וועלן אינגאנצן אראפנעמען דעם שייטל, וועלן ערהאלטן א גרויסן סכום געלט מתן שכרה בצדה.

נאך דעם גרויסן מעמד, איז פארטיילט געווארן "קבלות צעטלעך" מיט פארשידענע דרגות פון קבלות לגבי גדרי הצניעות, און דער ציבור האלפים האט פארלאזט דעם זאל מיט פרישע באנייטע כוחות מחזק צו זיין די עניני קדושה וצניעות וואס איז פון די סאמע גרעסטע יסודות אין א אידישע שטוב.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן