הגה"צ אבד"ק סיגוט-וויליאמסבורג שליט"א ערווארטעט אויף באזוך בקרב חסידי סאטמאר בני ברק בשליחות אביו האד' מסאטמאר

מיטוואך פ' תרומה • כ"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט התרגשות עילאה האט קהלה קדישא ד'סאטמאר אין שיכון קרית יואל בני ברק, אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געשיקט זיין חשוב'ן זוהן הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט אין וויליאמסבורג קיין ארץ ישראל צו באשיינען די יערליכע דינער "שקל אשא" לטובת מוסדות סאטמאר בני ברק.

גלייכצייטיג וועט דער געהויבענער גאסט דער סיגוט'ער רב שליט"א אפרעכטן דעם שבת שקלים הבעל"ט בקרב די קהילה אין בני ברק, א שבת קודש המתאחדת שבת ר"ח אדר מיט התעלות און התחזקות מיטן גאנצן ציבור זקנים עם נערים גם יחדיו מיט א התרוממות הנפש.

די גרויסארטיגע דינער קומט פאר מארגן ליל שישי און אנטשפרעכט צו זיין א מעמד מרומם ומפואר מיטן באטייליגונג פונעם גאנצן ציבור חסידים ואנשי מעשה בראשות גרויסער גאסט שליט"א וועלכער וועט אויפטרעטן אלס גאסט רעדנער ביי די מסיבה של מצוה. שבת וועט דער סיגוטער רב שליט"א אפרעכטן די תפילות, די באטע און שלש סעודות אין סאטמארע ביהמ"ד אין שיכון קרית יואל בני ברק. מוצאי שבת וועט פארקומען א מעמד כבוד התורה פאר די אברכי הכולל וואס האבן זיך פארהערט אויף פארשידענע מקצועות התורה.

זונטאג וועט דער רב שליט"א אנקומען קיין ירושלים און זיך משתתף זיין ביים חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד ברך משה דסאטמאר אין שטאט, מאנטאג וועט ער ארויספארן קיין גליל שופך שיח זיין ביי די מקומות הקדושים אין מירון,צפת, טבריה, און אויפצומארגנס מאנטאג וועט ער אהיימפארן קיין ניו יארק.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל