מוקפין חומה: האד' מזוטשקא וועט פראווענען פורים המשולש אין עיה"ק ירושלים

זונטאג פ' תרומה • כ"ה שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


בשמחה והתרגשות איז אין עיה"ק ירושלים אויפגענומען געווארן די בשורה משמחת  אז כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א וועט וויילן אויף די טעג פון פורים המשולש אין ירושלים, און וועט צום הויכפונקט פראווען א שבת מעין עולם הבא בקרתא דשופריא, צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.

דעם פארלאפענעם חמשה עשר בשבט ביים עריכת שולחן הטהור לכבוד היום האט כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א ארומגערעט איבער די גרויסקייט פון די ימי הפורים הממשמשים ובאים שטייענדיג שוין שלושים יום קודם החג, איבערהויפט היי יאהר ווען עס פאלט אויס פורים המשולש אין עיה"ק ירושלים וואס איז ווי ברייט באקאנט גאר א גרויסן זמן, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו ועז חפצו צו זיין פון די מוקפין חומה, און ארויפגיין קיין ירושלים פראווען די טעג פון פורים המשולש אינעם עיר הקודש והמקודש.

במשך השנים פלעג דער רבי מיטהאלטן די טעג פון פורים המשולש אין ירושלים, בצילו פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל וואס פלעגט קומען פראווען די ימים המסוגלים בקרתא דשופריא, און אצינד האט דער רבי שליט"א אויסגעדריקט זיין תשוקה ווידער צו קומען פראווען די ימי הפורים אין ירושלים.

די פריידיגע בשורה רופט אויס גרויס התרגשות ביי חסידים ומבקשי השם תושבי ירושלים האבנדיג די זכיה מיטצוהאלטן די זעלטענע מאמענטן בצילו פונעם זוטשקא רבי'ן וואס איז ברייט באקאנט אלס א מלהיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים, און טוט דערהייבן נשמות ישראל נענטער צום באשעפער, איבערהויפט די שבתים אין די זוטשקא הויף וואס איז א שם דבר, ביי וועלכן דער רבי טוט אריינלייגן אן עבודה נשגבה, בפרט אין זיין עבודת הנגינה מיט אירע כח המעורר. זעלטן וואס דער רבי שליט"א פארט ארויס אויף שבתים ממעון קדשו אין בני ברק, זייענדיג אצינד א געלעגנהייט פאר ירושלימער אידן זיך צו דערהייבן בנועם קדושת השבת אין דעם גרויסן זמן פון פורים בצילא דמהימנותא.

לויטן פלאן וועט דער רבי שליט"א פראווען פורים דפרזים בחצר קדשו אין שטאט בני ברק, און צומארגנס ערב שבת קודש נאך קריאת המגילה, ארויספארן קיין ירושלים אויף שבת. די עסקנים זענען אריינגעטוהן בעובי הקורה צו טרעפן א פאסיגן ארט פאר די תפילות און טישן צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור תושבי ירושלים און געסט וואס זענען ערוואטעט מיטצוהאלטן די געהויבענע שבת, און די משתה היין זונטאג דביה מלכא בגילופין.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל