בשלום מלכות: עהרנפולע אויפנאמע פאר הרב בערל לאזאר הויפט רב פון רוסלאנד דורך רוסישן פרעזידענט פוטין

זינטטאג פ' תרומה • כ"ה שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


א בכבודיגע אויפנאמע איז אפגעהאלטן געווארן אין דער קרעמלין אין מאסקאווע רוסלאנד וואו דער רוסישער פרעזידענט פוטין האט געלאדענט אויף א באזוך, הגאון רבי בערל לאזאר הויפט רב פון רוסלאנד אלס אנערקענונג פון זיינע אויפטוען פאר די אידישע געמיינע אין רוסלאנד. ביים באזוך איז אויך געוועהן אנוועזנד דער פארזיצער פון די אידישע פעדעראציע אין רוסלאנד הרב אלכסנדר בארדא הי"ו.

הרב לאזאר וועלכער האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון ארץ ישראל לכבוד די חתונה פון א קינד, האט איבערגעגעבן א גריס פונעם נארוואס באפרייטע אידישער משכון אלכסנדר טרופנוב, וועם ער האט געטראפן נאך זיין באפרייאונג פארלאפענע וואך שבת, און דערביי זיך באדאנקט פאר פוטין פאר זיין דיפלאמאטישע פארזוכן צו באפרייען די איזראעלי-רוסישע בירגער פארכאפט אין עזה.

פוטין האט באדאנקט הרב לאזאר פאר זיינע לייסטונגען פאר די אידישע און נישט אידישע געמיינדע צוגלייך דורך זיינע פעולות לטובה אין די האלאקאוסט מאזעאום און אנדערע ארגאניזאציעס, מען האט דיסקוסירט די בלוה און וואוקס פון די אידישע געמיינדע אין רוסלאנד, און ארומגערעט איבער די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם און נאך טעמעס אמבאלאנגט אידישקייט אין רוסלאנד און איבער די וועלט.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן