באשיידענע מעמד יציקות הבורות פאר מקווה טהרה פון האד' מסקולען וויליאמסבורג

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מב"ד, JDN


פארגאנגענער מאנטאג פארמיטאג צומארגנס פון די מעמד חנוכת הבית און שבע ברכות רבתי אינעם ביהמ"ד החדש סקולען אין וויליאמסבורג און פארגעקומען א באשיידענע מעמד יציקת הבורות פאר די מקווה טהרה וואס ווערט געבויעט פאר כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א נעבן חדרו הפרטי אין ביהמ"ד.

מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים כהכנה דרבה און דער רבי האט פארגעזאגט די סדר אמירת תהילים כנהוג, דערנאך האט דער רבי געגאסן די בורות הטבילה בדחילו ורחימו, און דערביי מכבד געוועהן די אנוועזנדע נגידים צו גיסן די בורות.

נאכן מעמד האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים און ער האט פארטיילט שיריים פאר די משתתפים און געהערט פון די עסקנים איבער די הלכה'דיגע חלקים פון די נייע מקוה וואס ווערט געבויט בתכלית ההידור, צום שלוס האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה אויף דער ניגון אמר רבי עקיבא לפני מי אתם מטהרין.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן