נגידי סאטמאר שטעלן זיך ארויס מיט א ווארעמקייט לטובת מוסדות סלאנים ביי מסיבה בבית הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו

דינסטאג פ' משפטים • כ' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


נעכטן זונטאג משפטים אויפדערנאכט איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג א נאבעלע באנקעט אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א בבית הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, לטובת מוסדות סלאנים על טהרת הקודש אין ארץ ישראל.

דער סלאנימער רבי שליט"א האט ווי ברייט באקאנט דוגל געווען בדרך קדשו פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, זייענדיג דער עמוד האש ההולך לפני המחנה, וואס אין די לעצטערע יארן שטעלט ער זיך ארויס בתוקף ועוז לקדש שם שמים, און האט שוין עטליכע מאל משמיע געווען דעם אמת לעיני כל, בלי פחד ומורא. אומר ועושה האט דער רבי געארבעט אויסצופירן מכח אל הפועל דעם געדאנק פון עפענען מוסדות על טהרת הקודש און טאקע מייסד געוועהן די נייע סלאנימע ת"ת אין שטאט בית שמש, וואס איז די סאמע-ערשטע ת"ת אינערהאלב די סלאנימע חינוך אימפעריע, וואס ווערט פונדאסניי געבויט און אוועקגעשטעלט גענצליך על טהרת הקודש, אן געניסן סיי וועלכע שטיצע פון די ציוניסטישע רעגירונג.

ביים באנקעט האבן זיך באטייליגט פילע תומכים ונגידים בתוככי קהילת סאטמאר, וואו מ'האט זיך צוזאמגענומען כאיש אחד בלב אחד מיט פאנטאסטישע סכומים כדי צו קענען אוועקשטעלן א פעסטע בסיס און א יסוד פאר די נייע מוסדות כדי צו קענען האלטן א ריינעם חינוך.

ביים באנקעט זענען געווען אנוועזנד פילע רבני ודייני קהילת סאטמאר, צווישן אנדערע: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א רב ביהמ"ד קדושת יו"ט, הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראש הכולל סאטמאר וויליאמסבורג, הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ שכונת קעסקעיד, אויך האט זיך משתתף געוועהן הגה"צ ר' אלתר לייזער שליט"א אב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג בן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און נאך.

עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א וועלכע איז באקאנט מיט זיין לשון לימודים, און ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון שטיצן די הייליגע מוסדות וואס ווערט געבויט מיט בלוט און שווייס דורך די מסירות נפש'דיגע אידן. באזונדער האט ר' מאיר ארויסגעברענגט אז די צוועק פון וואס מ'רעדט יעצט איז גאר אנדערש ווי אלע אנדערע, און ארויסגעברענגט וואו דער רבי שליט"א איז ארויסגעגאנגען פון זיין מהלך און קרייז פון וואו ער קומט וואו עס איז נישט געווען קיין פראבלעם צו נעמען געלט פון די מדינה, און טוט נאכאנאנד אויסשרייען זיין דעת תורה איבער דעם ענין, ובפרט אז כאטש דער רבי איז א מנהיג פון אזא גרויסן קהילה בלי עין הרע, האט ער קיינמאל נישט געזוכט צו פארמאגן אייגענע מוסדות, און די איינציגסטע סיבה פארוואס ער טוט יעצט גרינדן מוסדות איז נאר כדי צו ראטעווען דעם חינוך הטהור, און ממילא מוזן מיר אלע שטיין צוהילף מיט סכומים יותר מכפי היכולת.

דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און צום ערשט ארומגערעדט איבער זיין נאנטן קשר מיט הרה"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, דער רבי האט פארציילט פילע זכרונות וסיפורים פון ר' יענקעלע זי"ע, און אויך פארציילט וויאזוי זיין זיידע האט ארויסגעהאלפן דעם סאטמארער רבי'ן זי"ע בשנת תש"ו מיט הלוואות כדי דער רבי זאל קענען פארלאזן די מדינה, און נאך. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די חשיבות פון שטיצן א מוסד על טהרת הקודש, און ארויסגעברענגט מיט א מעשה וואו מען קען מיט געלט גאר אסאך אויפטוהן.

עס האט זיך דערקענט די כל ישראל ערבים זה לזה ווען די פארזאמלטע נדיבים בעם חסידי סאטמאר האבן ביישטייערט ריזיגע נדבות און דערמיט אוועקשטעלן א יסוד איתן און א קרן קיימת פאר די נייע מוסדות וואס ווערט געעפנט דורך די סלאנימער רבי.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן