מאנטאג פ' משפטים • י"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
היינט פארמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געלאנדעט על אדמת ניו יארק אויף א קורצן בליץ באזוך פון בלויז 48 שעה אויסשליסליך צו באשיינען דעם כינוס אדיר ונהדר "יחידי סגולה" לטובת די ישיבה הקדושה מאור עינים ראחמיסטריווקא וואס איז אצינד משאת נפשו פונעם רבי'ן שליט"א.
אינעם לופטפעלד האבן מקבל פני קדשו א קבוצה נכבדה פון די עסקני המוסדות אין ניו יארק, דער רבי איז באלד צוגעפארן צום אכסניא אינעם "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט, וואס איז אויסגעקליבן געווארן אלס אכסניא פארן מארגנדיגער כינוס אדיר וואס וועט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם פאראייניגן די יחידי סגולה, וועלכע וועלן זיך אנשליסן מיט פייערדיגע שטיצע להצלת והחזקת הישיבה.
ביים אנקומען צום האטעל כחצות היום האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית מיט א מנין מצומצם, וואו דער רבי האט עולה געוועהן לתורה און גומל געבענטשט. נאכן דאווענען איז מען פאראיבער שלום נעמען. דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די עסקני המוסדות פון ארץ ישראל און פון דאהי אין ניו יארק וואו מען האט פארגעלייגט די פלענער פארן גייסטרייכן מעמד מארגן דינסטאג אויפדערנאכט און דער רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו לברכה והצלחה.
גלייכצייטיג ווערן געמאכט די סאמע לעצטע הכנות אינעם פראכטפולן זאל אינעם האטעל, אין שפיץ פון די בארימטע וויי עף פראדאקשאנס פירמע אונטער די פירערשאפט פונעם עסקן נמרץ ר' יוחי פליישמאן הי"ו, צו פארזיכערן די העכסטע מאס הצלחה.