מאנטאג פ' משפטים • י"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת: פון בני ברק קומט אן די ביטערע בשורה איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדיקת מרת עטיל געשטעטנער ע"ה, מחברתו הטהורה פונעם בארימטער פוסק הגאון האדיר רבי נתן געשטעטנער זצ"ל בעל 'להורות נתן', גאב"ד קרית אגודת ישראל אין בני ברק, וועלכער איז היינט נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון פיר און ניינציג יאר.
די לו'י גייט ארויס היינט מאנטאג בשעה 9:00 באנאכט פון ביהמ"ד להורונת נתן אויף רח' רב אשי אין קרית אגודת ישראל אין בני ברק אויפן וועג צום בית החיים זכרון מאיר וואו די נפטרת וועט קומען לקבורה נעבן איר גרויסן מאן דער בעל להורות נתן זצ"ל.
די רעבעצין ע"ה איז געבוירן אין יאהר תרצ"א אין שטאט לאקענבאך אין עסטרייך, אלס בת יחידה צו איר פאטער הגה"צ רבי מאיר חיים אונגאר זצ"ל בעמח"ס 'מאור חיים' וואס האט געדינט אלס רב אין שטאט לאקענבאך, און האט געצויגן א הערליכע יחוס דור אחר דור צו הגה"ק בעל פנים מאירות זי"ע ולמעב"ק ביז צום אריז"ל, און נאך גאוני עולם.
מיטן אויסברוך פון די קריג איז זי ארויף קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיט אירע עלטערן ווtu זיי האבן זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק. בשנת תשי"א האט די רעבעצין חתונה געהאט מיט איר גרויסן מאן דער עמוד ההוראה, ביי די חתונה האבן זיך משתתף געוועהן די סאמע גרעסטע גדולי ישראל פונעם פריערדיגן דור.
כל ימיה איז זי צוגעשטאנען לימין בעלה הגדול, ער זאל קענען עוסק זיין בתורה ועבודה מיט הרחבת הדעת און אוועקשטעלן תלמידים הגונים, באזונדער פלעגט זי אליין ארויספארן קיין חוץ לארץ צו שאפן געלטער צו קענען מוציא זיין לאור עולם די צענדליגער ספרים פונעם גאון זצ"ל וואס באשיינען די מזרח וואנט פונעם עולם התורה.
די רעבעצין לאזט איבער א הערליכע דור, בנין וחתנין רבנן, אדמורי"ם ורבנים, דיינים ומורי הוראה, בנה הגדול הגה"צ רבי עמרם יעקב געשטעטנער גאב"ד קרית אגודת ישראל, בנה כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א, און די קינדער הגאונים רבי יהודה ראש כולל פנים מאירות, הגאון רבי עקיבא, הגאון רבי יחיאל מיכל, און די שריפטשטעלער הרב חיים געשטעטנער נשיא מוסדות פנים מאירות.
די חשובע איידימער הגה"צ ר' חיים יוסף בידרמאן אבד"ק לעלוב, הגאון רבי יחיאל ווידער שליט"א דומ"ץ, הגאון רבי אהרן לייב מאלוביצקי מלעכאוויטש און הגאון רבי חיים ווייס שליט"א.
די רעבעצען האט זוכה געוועהן זיך משדך צו זיין מיט גאר אסאך מגדולי האדמורי"ם צווישן זיי האדמורי"ם מסלונים, קארלין סטאלין, וויזניץ, סערט וויזניץ, תולדות אברהם יצחק, דאראג, קרעטשניף, אלכסנדר, לעלוב, דזיקוב וויזניץ, ספינקא, קאמרנא, אמשינוב בארא פארק, דעעש, קרעטשניף קרית גת, ספינקא ירושלים, קאמארנא בני ברק, בערגסאז, מישקאלץ, גארליץ, ראחוב, אוזרוב, סטראפקוב, לעלוב ירושלים, טשערנאוויץ, לייפניק און נאך פיל.
ת.נ.צ.ב.ה.