ברוך דיין האמת: נפטר געווארן הבתולה ב"ק פייגא יענטא טווערסקי ע"ה אייניקל פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל

מאנטאג פ' משפטים • י"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט צובראכענע געמיטער, האבן חסידי ראחמיסטריווקא נארוואס אויפגענימען די בשורה קשה איבער די פטירה פון הבתולה בת גדולים וקדושים פייגא יענטא טווערסקי ע"ה, אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, עלטסטע טאכטער פון בנו בכורו הרה"צ ר’ מרדכי טווערסקי זצוק"ל, און א שוועסטער פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי, וואס האט יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל אויסגעהאכט איר לויטערע נשמה אין עלטער פון 51 יאהר לדאבון לב משפחתה וכל מכיריה.

די נפטרת האט זיך כל ימיה געמוטשעט מיט שווערע יסורים, מיט צוויי וואכן צוריק איז זי צוזאמגעפאלן און פון טאג צו טאג האט זיך דער מצב פארערגערט ביז היינטיגן מאנטאג ווען זי האט ליידער אויסגעהאכט איר נשמה.

כ"ק אדמו"ר מראחמסיטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי איז יעצט אינדערפרי פארן דאווענען נתבשר געווארן איבער די פטירה פון זיין שוועסטער, און האט זיך באלד געזעצט שבעה בביתו נאוה קודש אין מאנסי. דער רבי וועט דאווענען שחרית אום 8:00 בבית מדרשו אין מאנסי, און וועט דערנאך מקבל זיין אבילות און תנחומין. אין די קומענדיגע טעג וועט דער רבי שליט"א ארויספארן קיין ארץ ישראל וואו דער רבי וועט זיצן שבעה אינאיינעם מיט אמו הרבנית תליט"א און די געשוויסטער.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ