האד' ממחנובקא בעלזא באזוכט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש דשיכון סקווירא

זונטאג פ' משפטים • י"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


פארגאנגענער דינסטאג נאכט באישון ליל איז כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א אנגעקומען קיין שיכון סקווירא, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבה של מצווה לטובת מוסדותיו הקדושים.

נאכן מסיבה ארום 4:00 פארטאגס איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום נייעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא ההולך ונבנה וואו הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ארומגעוויזן דעם רבי'ן שליט"א אריבער א האלבע שעה אינעם גאנצן בנין מבית ומבחוץ, אריינגערעכנט די היכל הביהמ"ד, מקווה טהרה, חדרי תפילה און ביים רבינס פריוואטע דירה און מקווה טהרה אינעם ביהמ"ד. עס איז שוין געוועהן נאנט צום עלות השחר ווען דער רבי האט פארלאזט שיכון סקווירא אויפן וועג צום אכסניא אין וויליאמסבורג.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן