וישישו בשמחה: לעצטע הכנות צו חתונה רוממה פון בת האד' מוויזניץ בארא פארק, דינסטאג משפטים אין "אולם הייטנער"

מוצאי שבת פ' יתרו • י"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט פייערליכע רגשי הכנה רישט מען זיך בחצר הקודש וויזניץ בארא פארק, צו די לעכטיגע עידן חדוותא ביים רבי'ן אין הויף, ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א וועט פירן זיין טאכטער אונטער די חופה, ארויסרופנדיג א רגש של שמחה ביים גאנצן ציבור עדת צאן מרעיתו וואס וועלן זוכה זיין מיטצולעבן דעם געהויבענעם שמחת בית צדיקים.

עס וועט בשעטומ"צ גיין אונטער די חופה החתן בן הגה"צ רבי אלימלך בער פיש שליט"א אב"ד תפארת מרדכי טשעסנאט רידזש, זון פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א און אן איידעם ביי הגה"צ אב"ד קראלי מאנסי שליט"א, מיט די כלה טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, בן הגה"צ אב"ד אור שלום מוויזניץ זצ"ל בנו בכורו פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, און אן איידעם ביי כ"ק אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א.

די וואך פר' יתרו איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי וואו ער האט פוקד געווען על קברי אבות, ביי זיין טאטן און ביים זיידן דער תורת מרדכי, און אזוי אויך פוקד געווען דעם ציון פונעם זיידן דער ספינקער רבי זצוק"ל אין ניו דזשערזי, וואס חתן און כלה זענען אייניקלעך פון ביידע צדיקים.

דעם שבת פר' יתרו קבלת התורה איז פארגעקומען די שמחת עלי' לתורה במעון קדשו פונעם זיידן דער ביקסאדער רבי אין וויליאמסבורג, און מוצש"ק וועט פארקומען די שמחת הפארשפיל, וואס וועט ווערן נאכגעפאלגט מיטן די חתן מאהל מאנטאג נאכט וואס וועט ווערן אפגעראכטן אינאיינעם מיט די הקפות בחצר הקודש וויזניץ בארא פארק.

די שמחת החתונה וועט געפייערט ווערן בקול רנה ושמחה ורוב פאר והדר דעם קומענדיגן דינסטאג משפטים אין די נייע "הייטנער זאל" אין די באבוב'ער תלמוד תורה אין בארא פארק. פאר די נשים וועט פארקומען די חתונה אינעם זאל פון אור החיים וויזניץ.

לקראת די חתונה איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן אן אסיפת עסקנים וואו ס'איז דורכגעשמועסט געווארן אלע פרטים אהערצושטעלן דעם זאל און אויפשטעלן די הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום דעם זאל, צו ערמעגליכן דעם השתתפות פון די פילע הונדערטער חסידים ומעריצים וואס וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחת בית צדיקים.

די חתונה וועט נאכפאלגן מיט א הערליכע קייט פון שמחות שבע ברכות מדי לילה בלילה. מיטוואך נאכט, ממחרת החתונה, וועט פארגעקומען אן עלעגאנטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די הנהלת המוסדות וויזניץ בארא פארק, באזונדערע שבע ברכות'ן וועלן אפגעהאלטן ווערן דורך די תלמידי הישיבות די וויזניץ בארא פארק, וואס נעמט אריין סיי די ישיבה קטנה און סיי די ישיבה גדולה וואס געפינט זיך אין סטעטן איילענד, א שבע ברכות דורך די מכינה לישיבה, א שבע ברכות פאר די ילדי תשב"ר תלמידי המוסדות, א שבע ברכות פאר אלע מרביצי תורה און כלי קודש פון די מוסדות, און אזוי אויך א שבע ברכות פאר די תלמידי ישיבה גדולה וויזניץ אין קייאמישע וואו דער חתן איז געווען א תלמיד.

דער הויכפונקט וועט זיין ביים גרויסן שבת של שמחה, שבת שבע ברכות בצל הקודש פונעם אבי הכלה דער וויזניצער רבי פון בארא פארק, די געהויבענע תפילות און טישן וועלן אפגעהאלטן ווערן אויף א גרויסן פארנעם מיט'ן השתתפות פון מאסן חסידים זקנים עם נערים וואס וועלן מיטלעבן דעם שבת נועם הנשמות.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ