דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
חסידי וויזניץ אין לאנדאן האבן מיט פרייד אויפגענומען די פאזיטיווע אנטוויקלונג פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען בברכתו פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מען געשלאסן מקח אויף צוויי באהאפטענע בנינים אינעם 'טאטענהעם' געגנט, וואס וועט דינען אלס פרישער ביהמ"ד מפואר לתורה ולתפלה פאר וויזניצער חסידים אין לאנדאן, אין צוגאב צום צענטראלן ביהמ"ד הגדול והמפואר אויף די סטעמפארד הילל גאס, וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן און איז צר מהכיל צו אקאמאדירן דעם ריבוי העם.
דער נייער ביהמ"ד געפינט זיך אויף די 'היי-גאס' אינעם טאטענהעם געגנט, און וועט זיין געווידמעט פאר די אברכי הקהלה תושבי השכונה און ארום, וואס וועלן דארט אפרעכטן די תפילות און שיעורי תורה אויף א געהויבענעם פארנעם.
דער מקח האט אפגעקאסט א פאנטאסטישע סומע פון 3.4 מיליאן דאלאר, און אין די נאנטע צוקונפט וועט מען זיך נעמען צו די פאקטישע בוי ארבעט, ווען מ'וועט גענצליך אויסליידיגן דעם יעצטיגן אינהאלט פון ביידע בנינים, והיה המשכן אחד אלס היכל גדול ומפואר מיט אלע ארומיגע חדרי תפלה און היכלי תורה, מיט אלע באקוועמע צוגעהערן פאר די באי בית ה'.