שלשלת הקודש: פארגלייזטע שמחה ורגש ביי פייערליכע תנאים פון דור רביעי ביי האד' מסאטמאר

מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: י. שטיין


רירנדע און התרגשות'דיגע שעות של שמחה דקדושה איז אריבער אויף אלפי חסידי סאטמאר וועלכע האבן זוכה געווען מיטצולעבן די היסטארישע דערלעבונג פון המשכת שלשלת הקודש ביים רועה נאמן, די שמחת התנאים פון א "דור רביעי" ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז עקסטאזליך געפייערט געווארן במקהלות אלפי החסידים אינעם גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף הופער סטריט.

נאך איידער דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די שמחה, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער זיידע הגה"צ אבד"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א. דער רב האט געדאנקט דעם אויבערשטן מיט א קול געשטיקט פון טרערן, אז אפילו ס'איז אריבער כל התלאה אשר מצאתם בדרך, פון תשס"ה ביים חתונה און ביז אהער אויף יעדן טריט און שריט האט מען געדארפט האבן גרויסע תפילות אז מ'זאל קענען זוכה זיין צו דעם גליקליכן טאג, אפילו ס'איז אריבער גאר אסאך שוועריגקייטן האט מען זיך געדארפט פרייען, מ'האט געדארפט ווייזן א פנים שוחקות און דאנקן דעם אויבערשטן, מיט א האפענונג אז מ'וועט זוכה זיין צו זעהן נחת, טוהן גוטע שידוכים, און ברוך השם אז מ'האט טאקע זוכה געווען דערצו. דער רב האט ארויסגעברענגט די שמחה פונעם טאטן זז"ג ווען ער האט געהערט פונעם שידוך, חוץ די עצם שמחה פונעם שידוך פון אן אור אייניקל, איז אבער די שמחה פון וועם די רעדע איז, און דערביי משבח געווען דעם חתן וואס מ'האט אליינס פארהערט, און ארויס פון התפעלות.

אינצווישן האט דעם רבינס פליגער געלאנדעט אינעם טעטער-בארא לופטפעלד, פון וואו דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אריין אין שטאט צו מפאר זיין בראש השמחה. באלד ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט מעריב אין איינע פון די חדרי התפילה און איז דערנאך ערשינען בהדרו צום שמחת התנאים.

אי' שוקל ואי' סופר אראפצוגעבן די רגשי הלבבות און שמחה עצומה וואס האט זיך געשפירט אין די לופטן ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד און מפאר געווען על ראש שמחתו, ווען עס גיסט פונעם רבי'ן נחלי דמעות של שמחה שהחיינו והגיענו לזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די מחותנים און זיידעס אויפן אויבן אן, און געטאנצן אויפן פלאץ מיט גרויס התרגשות אויף די ניגוני שמחה והודאה אנגעפירט דורך די סאטמארע קאפעליע.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי הכלה הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א בדברי שבח והודאה שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, און ארויסגעברענגט ווי די ברכות וואס הרה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אים אנגעוואונטשן פון טיפן הארצן ביי זיין שידוך האט געברענגט ביז אהער, און די ברכות וועלן ווייטער באגלייטן אויך די קומענדיגע דורות, מען האט דערנאך ווייטער געזינגען ווארימע ניגוני שבח והודאה על העבר, ובקשה על העתיד בדביקות ובהתרוממות.

דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, ערב קבלן מצד הכלה: הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, מצד החתן: הנגיד ר' שמעון כ"ץ הי"ו, עדים: הנגידים ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און ר' משה גאלדשטיין הי"ו, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מחותן דער אבי החתן הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קרית יואל.

דער רבי האט מכבד געווען דער עלטער זיידע גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, צו ליינען די תנאים, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פארן חתן, גיסו גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שלחיט"א, נכדו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און פאר די מחותנים און זיידעס, באזונדער האט דער רבי טעלעפאניש געוואונטשן פאר דער עלטער זיידע הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א וועלכע געפינט זיך אין אריזאנע אויף אפרוה.

דער רבי האט דאן משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל און עס אויסגעטייטשט בעניני נשואין, דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשוב'ן חתן 'א תלמוד חכם א ירא שמים' וואס מען האט שוין בעבר פארהערט אויף מקצועות התורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתן כלה, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און די אנדערע מחותנים און זיידעס מצד החתן ומצד הכלה. דער רבי האט ממשיך געווען בדברי שבח והודיה צו הקב"ה אז מען דערלעבט א שידוך שליסן פון א דור רביעי בשעטו"מ און מען דאנקט הקב"ה בתוך רבים אהללנו און מען בעט א תפילה אויף די עתיד מען זאל דערלעבן נאך אסאך שמחות ביי אלע קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד בשמחה עצומה מיט'ן גאנצן אויבנאן.

ארום 11:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד הגדול אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל, אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און די גאנצע משפחה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן