זונטאג פ' יתרו • י"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
ארויסגייענדיג פון די ימי השלשים לפטירת הרבנית הצדיקת מוויזניץ מאנסי ע"ה, איז אנאנסירט געווארן פאר וויזניצער מחותנים וואס האבן בתוך ימי השלשים געפירט א קינד אונטער די חופה, איבער די אייגנארטיגע השלמה וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועט פראווען, מיט'ן אפרעכטן א ספעציעלע "מצוה טאנץ" מיט די חתנים וכלות בביתו נאוה קודש, נאכ'ן זיך נישט קענען משתתף זיין ביי זייער חתונה.
ווי באקאנט איז מנהגו בקודש פונעם וויזניצער רבי'ן דער תורת מרדכי זצ"ל געווען צו ארויסצייגן א ספעציעלע אנערקענונג און חשיבות פאר די מחותנים וועלכע האבן נישט קיין "פאטאגראפירער" ביי די חתונה, און האט ביי אזא חתונה אפגעראכטן א מצוה-טאנץ בריקודין לפני הכלה, זייענדיג אלע יארן א זכי' עצומה אויף וואס די חסידים האבן אזוי ארויסגעקוקט, און דאס האט געהאט די געוואונטשענע השפעה ווען דער רבי זצ"ל האט דורכדעם זוכה געווען צו זיין א ברכה במשאת נפשו הטהורה, וואס ער האט אזוי לוחם געווען קעגן דעם ענין פון בילדער.
לאחריו איז ווייטער ממשיך דער וויזניצער רבי שליט"א וואס איז זיך משתתף ביי די בילדערלאזע חתונות און רעכט אפ א געהויבענעם מצוה-טאנץ. אצינד ווען דער רבי איז געזיצן שבעה און דערנאך איז געווען די ימי השלשים, ווען דער רבי האט ווי פארשטענדליך נישט געקענט גיין אויף קיין חתונות און טאנצן מצוה טאנץ, האבן זיך אנגעזאמלט א שיינע צאל חתנים וכלות פון חסידי וויזניץ, וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו רצון קדשו פונעם רבי'ן און נישט געהאט קיין בילדער ביי די חתונה.
ומה גדלה שמחתם, ווערנדיג נתבשר אז אפילו דער רבי האט נישט געקענט קומען צו זייער חתונה, האט דער רבי אבער נישט פארגעסן פון זיי, און וועט משלים זיין א מצוה-טאנץ אין די קומענדיגע טעג, ווען דער רבי איז דעם פרייטאג בשלח ארויס פון די ימי השלשים.
די מצוה-טענץ וועלן פארקומען אונטער א ספעציעלן סדר וואס ווערט איינעשטעלט מטעם דעם רבי'נס שטוב, ווען יעדע נאכט וועלן אריבערקומען לביתו נאוה קודש עטליכע חתנים וכלות מיט די מחותנים און נאנטע משפחה ארום, און דער רבי וועט דערביי מעריך זיין די געהויבענע טענץ לפני הכלה און מאציל זיין ברכת קדשו פאר חתן כלה און מחותנים.