חסידי סלאנים אין אמעריקא וועלן מארגן מקבל זיין האד' סלאנים צום יערליכער ביקור חיזוק בקרב חסידיו‎

מוצאי שבת פ' בשלח • י' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


חסידי סלאנים אין אמעריקע וועלן מארגן זונטאג מקבל פנים זיין פני קדשו פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועלכע וועט בעז"ה אנקומען אויף א געהויבענע באזוך אין ניו יארק מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו.

ווי באקאנט קומט דער סלאנימער רבי שליט"א צו פארן יעדעס יאר מחזק זיין די קהילות החסידים מעבר לים, דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין בארא פארק אין לויף פון א פולע וואך און וועט האבן די אכסניית כבוד אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם משה קאסטן הי"ו. אויך איז דער רבי ערווארטעט צו באזוכן אין די סלאנימע קהילות אין מאנסי, לעיקוואד, וויליאמסבורג און ספרינג וואלי און מרעיף זיין טללי תחיה אויף קהל עדת צאן מרעיתו.

מארגן צופרי נאכן דאווענען וועט פארקומען די מעמד צאתכם לשלום איידער דער רבי לאזט זיך ארויס אין וועג. דער רבי וועט אנקומען קיין ניו יארק זונטאג אווענט, און צומארגנס וועט פארקומען די מעמד קבלת פנים לכבודו אין סלאנימער ביהמ"ד אין שטאט בארא פארק, בשילוב מיטן סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש זי"ע.

אין לויף פון די וואך וועלן פארקומען פארשידענע מעמדי קודש אין שפיץ פונעם אורח הדגול דער רבי שליט"א; א גרויסארטיגער אסיפה פאר די חסידים פון אלע שטעט זיך מחזק זיין קעגן די פגעי הזמן, א באזונדערע כינוס פאר אלע בחורי הקהילה און די חבורות דחסידי סלאנים, א יארצייט טיש פון הרה"ק בעל 'דברי שמואל' מסלאנים זי"ע, און דער טיש חמשה עשר בשבט לכבוד ראש השנה לאילנות וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן דאנערשטאג פארמיטאג נאך תפילת שחרית.

מיט א באזונדערע ערווארטונג גרייטן זיך די עסקני הקהילה אין בארא פארק צו אנטפאנגען די פילצאליגע געסט פון אומעטום, וועלכע קומען צופארן, מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וואס וועט פראווען דעם שב"ק אין די בנין פון די ראחמיסטריווקא תלמוד תורה, בחדוה רבה ועונג עילאה.

זונטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען די מעמד צאתכם לשלום וואו דער רבי וועט משמיע זיין די צענטראלע דברות קודש ודברי הדרכה פאר די חסידים, נאך דעם געהויבענעם באזוך תוך אמוני עם סגולה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ