בריך מתייך לשלם: האד' מלעלוב נעמט אונטער ביקור הוד קיין ניו יארק

דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידים ואנשי מעשה און חסידי ואוהדי בית לעלוב אין ניו יארק, קוקן ארויס מיט שפאנונג מקבל פּנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט אויף א געהויבענעם באזוך אין ניו יארק. דער רבי שליט"א חוטר מגזע אראלים ותרשישים א זוהן פון הרה"ק המפורסם רבי משה מרדכי מלעלוב זכר צדיק לברכה פירט אן זיין שיינעם הויף אין עיה"ק ירושלים, קומט צו פארן קיין אמעריקא אויף די יערליכע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו וועלכע קוקן ארויס בכליון עינים אויף די געהויבענע טעג במחיצת קדשו.

דער רבי וועט לאנדן אין ניו יארק אנהייב וואך פ' יתרו, דורכאויס צוויי פולע וואכן וועט דער רבי באזוכן אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי און אנדערע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק וואו חסידים ואנשי משעה וועלן אויסנוצן די געלעגנהייט נהנה צו זיין מאורו הבהיר, ביי די געהויבענע זמנים, די ווארעמע תפלות אין טישן וואס די רבי וועט אפרכעטן כדרכו בקודש.

אין לויף פון די קומענדיגע וואך וועט זיך דער רבי שליט"א אויפהאלטן אין שטאט ווילאמסבורג די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הרה"ח ר' יהודה זילבער הי"ו, אויף שבת קודש פ' יתרו וועט דער רבי וויילן אין שטאט מאנסי, די נאכפאלגנדע פ' משפטים וועט דער רבי פראווען אויף א גרויסארטיגער פארנעם אין ברוקלין.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ