נגידי ראחמיסטריווקא וועלן מיטלעבן כינוס אדיר "יחידי סגולה" אין קאנעריקוט בראשות האד' מראחמיסטריווקא

מיטוואך פ' ויחי • ח' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


א כוואליע פון פרייד נעמט ארום די יחידי סגולה תומכי מוסדות ראחמיסטריווקא אין אמעריקא, זיך גרייטנדיג אפצורעכטן א זעלטן היסטארישע נאכט בצל הקודש, ביים כינוס אדיר ונהדר "יחידי סגולה", ווען מ'וועט דערביי האבן די זכי' לקבל את פני מלכם ואורם, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וואס וועט אונטערנעמען א ספעציעלע בליץ-באזוך קיין ניו יארק אויסשליסליך צו באשיינען דעם כינוס רבתי מיט די קבוצה נכבדה, נדיבי עם קודש, וועלכע העלפן דעם רבי'ן טראגן דעם עול החזקת התורה, ישיבה הקדושה מאור עינים ראחמיסטריווקא וואס איז פון די גרעסטע חסידישע ישיבות אלוועלטליך, מיט אירע נאנט צו אכט הונדערט תלמידים בחורים מצויינים.

דער גרויסער דינער "יחידי סגולה" ווערט פאררופן אויפ'ן פערזענליכן אינציאטיוו פונעם ראחמיסטריווקער רבי'ן שליט"א, מיט'ן ציל אויפצוטרייבן די פאנטאסטישע סומעס פאר'ן עקזיסטענץ און וואוקס פון די ישיבה, וואס איז אצינד ספעציעל אנגעוויזן אין שטיצע שטייענדיג אין א שווערע תקופה ווען די עולם הישיבות אין ארץ ישראל גייט אריבער א שרעקליכע פינאנציעלע לאגע.

דער רבי שליט"א וועט אנקומען קיין ניו יארק אויף בלויז 24 שעה, און וועט מפאר זיין בראש פונעם כינוס אדיר "יחידי סגולה" וואס וועט פארקומען אויף אן עלעגאנטן און מלכות'דיגן שטייגער דינסטאג משפטים אויפדערנאכט, ליל כ"א שבט, וואו דער רבי וועט דערביי שענקן פערזענליכע מאמענטן פאר די נדיבים בעם די יחידי סגולה, וואס וועלן האבן די זכיה צו ערהאלטן א אונטערגעשריבענע כתב שותפות פונעם רבי'ן שליט"א פאר זייער ביישטייערונג לטובת הישיבה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ