גייסטרייכע באזוך פון האד' מדושינסקיא אין שטאט בני ברק לרגל הרחבת גבולים בקרב ק"ק דושינסקיא בני ברק

מאנטאג פ' בשלח • ה' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר


תלמידי וחסידי דושינסקיא תושבי עיר התורה והחסידות בני ברק האבן פארלאפענעם מיטוואך נאכט ליל ראש חודש שבט מיטגעלעבט שעות של תענוג רוחני ביים געהויבענעם באזוך וואס רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט אפגעשטאט בקרב עדת צאן מרעיתו אין שטאט.

אין די אווענט שטונדן איז די רבי ערשינען אין שטאט, און איז צום ערשט אריבער אויף א באזוך בהיכל ישיבתו לצעירים 'מנחת יצחק' ווי די רבי האט משמיע געווען שיחת קודש ודברי הדרכה פאר די בחורי חמד לרגל די ימי השובבי"ם.

 פון דארט איז די רבי אנגעקומען צום בנין ביהמ"ד המרכזי דושינסקיא אויף רח' חזון איש ווי עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער חסידים תושבי העיר זקנים עם נערים בזמן שהצדיק בעיר, צום מעמד קביעת מזוזות ביי די נייע פליגלען וואס מען האט מחנך געווען ברוב פאר והדר אינעם בנין ביהמ"ד, וואס נעמט אריין די נייע 'חסד קאך' וואס איז געבויעט געווארן אויפן אינציאטיוו פון די חשובע עסקנים, ווי די געטרייע וואלונטירן פון די ארגאנאזאציע וועלן קאכן און אנגרייטן אלע צרכי השבת ברוב פאר די שמחות פון די בני הקהילה, ווי עליה לתורה, שבע ברכות וכדו'.

דער רבי האט דארט געקלאפט א מזוזה און דערנאך קובע געווען א מזוזה ביים נייעם פארברייטערטן פאליש פונעם ביהמ"ד, און דערנאך זיך אומגעקוקט ביים נייעם גרויסן קאווע שטיבל.

דאן איז די רבי ערשינען אינעם היכל הבית מדרש, און באשיינט די סעודת ראש חודש וואס קומט פאר מדי חודש בחדשו אין די קהילה, דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש איבער שיעורי תורה און קביעות עיתים, און ארומגערעט איבער די תקנה קובע צו זיין א סדר לימוד אין די ערבי שבתות.

נאכן סעודת ראש חודש איז די רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' יצחק ארי' ווידער שליט"א דיין אין ק"ק דושינסקיא אין בני ברק וואו עס איז פארגעקומען א שולחן לחיים לרגל די גרינדונג פונעם נייעם כולל 'אמרי אש' אין בני ברק אונטער די שירעם פון מרכז הכוללים תרביצ"א דק"ק דושינסקיא.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן