הכנה דרבה צווישן חסידי פאפא צום מסע הקודש דורך האד' מפאפא "שבת שקלים" אין עיר האבות פאפא

זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די טעג האבן זיך אנגעהויבן די גרויסארטיגע הכנות צום געהויבענעם מסע הקודש "עזרת אבותינו" בראשות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער וועט צוזאמען מיט א גרעסערע גרופּע חסידים ארויספארן קיין אונגארן פוקד צו זיין קברי צדיקים, ובראשם ביים ציון פון זקינו הגה"ק בעל ויגד יעקב זי"ע לרגל די הילולא קדישא וואס געפאלט אויס ביום ב' אדר, זונטאג פרשת תצוה הבעל"ט.

במשך די פריערדיגע יארן האט דער פאפא רבי שליט"א אריינגעלייגט אסאך כוחות צו פארזיכערן דעם כבוד פונעם ביה"ח אין די שטאט פאפא, מקום מנוחת זקינו הק', און במשך השנים האט דער רבי שליט"א שוין אפטמאל אונטערגענומען נסיעות קיין אייראפע, מיטן הויפט ציל פוקד צו זיין מקום מנחת זקינו אין עיר האבות פאפא. דאס יאר ווען די הילולא פונעם בעל ויגד יעקב געפאלט אויס זונטאג, וועט דער רבי שליט"א ווידעראמאל פארן קיין אייראפע פוקד צו זיין קברי צדיקים, און וועט אויף שבת לפני ההילולא, שבת שקלים-שבת ראש חודש אדר, וויילן אין די שטאט פאפא צוזאמען מיט א גרעסער ציבור חסידים וואס וועלן האבן די זכי' מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג.

לויט'ן פלאן וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן אין וועג אריין מיטוואך פרשת תרומה, און וועט במשך די נאכפאלגענדע טעג פּוקד זיין קברי צדיקים אויף פארשידענע מקומות, ובפרט ביים ציון המצוינת פון הגה"ק בעל חתם סופר זי"ע אין פרעשבארג, און ביים ציון פון הגה"ק בעל הש"ך זי"ע אין העלישאו און נאך.

מיט א באזונדערע הכנה דרבה גרייט מען זיך צום מעמד עליה לציון רבתי פונעם הייליגן ערוגת הבושם זי"ע אין חוסט וואו דער רבי שליט"א וועט צום ערשטן מאל פוקד זיין דעם ציון הק' ברוב עם, אין שפיץ פון א עדה חסידים, און וועט דערנאך באזוכן אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים 'בוני חוסט' שע"י הציון הק'. נאך שבת אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק וועט דער רבי אפשטאט אין פולין ביים ציון הק' פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע.

דער הויכפונקט וועט זיין דער געהויבענער שבת שקלים וואס דער רבי שליט"א וועט פראווען אין די שטאט פאפא, בבית מדרשו פונעם בעל הילולא זי"ע אין די שטאט, און זונטאג וועט מען פוקד זיין דעם ציון הק' מעתיר צו זיין אויף ישועתן של ישראל. אין די טעג דערנאך וועט דער רבי שליט"א פוקד זיין אנדערע קברי צדיקים איבער די לענג און ברייט פון אונגארן, און דינסטאג תצוה וועט דער רבי שליט"א זיך אומקערן אהיים, מיט זעק און פעק פון ישועות לטובת הכלל והפרט.

די עסקנים לייגן אצינד אריין די מאקסימאלע כחות מסדר צו זיין אלע פרטים ארום די נסיעה, און צוגעבן די מעגליכקייט פאר'ן ברייטן ציבור צו קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן במשך די נסיעה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ