חנוכת הבית פאר נייעם לאקאל פון 'מכון שפה ברורה' להוצאת דברי תורתו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל

זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין א גייסט פון התחדשות איז דעם ליל שישי אפגעראכטן געווארן די חנוכת הבית פונעם נייעם אפיס פון 'מכון שפה ברורה' וועלכע געבן זיך אפ מיט די הייליגע ארבעט מפיץ צו זיין די ספרים פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל הכ"מ וואס שיינט אריין א ליכטיגע אור בתורת החסידות, און האבן שוין אין לויף פון די יאהרן מוציא געוועהן לאור עולם א סעריע פון בארימטע ספרים, שבת מלכא קדישא, עבדא דמלכא, נהורא דשרגא, יקרא דמלכא, מעיינא דמלכא, ועוד ידם נטוי'.

די מעמד איז פארגעקומען אין די נייע פראכטפולע לאקאל פון די מכון אויף די 16'טע עוועניו ביי די פינעף און פופציגסטע גאס, און איז געוועהן בהשתתפות פון די ראשי הקהילה, די חברי הנהלת המכון און די עורכים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א און זיין ברודער הגה"צ ר' אהרן האגער שליט"א וועלכע שטייט אין שפיץ פונעם מכון, דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי ברכה לרגל המאורע איבערלאזנדיג ווארימע ברכות פאר אלע מסיעיים במלאכת הקודש, צו פאראייביגן און מנחיל זיין דעם רבינס לעכטיכע ירושה, למען יעמדו למשמרת.

נאכן מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א אסיפת עסקנים וואו מען האט אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער מרחיב צו זיין די פעולות פונעם מכון, און עס איז צום האפן אז מען וועט בעה"י קענען בקרוב דרוקן די אומצאליגע דברי תורה, טיפזיניגע שיעורים, און דרשות נפלאים, לשמחת לב כל מבקשי ד'.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן