מוצאי שבת פ' בא • ג' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: א. אייזנבאך
מיט אן הכנה דרבה גרייטן זיך לעלוב'ער חסידים אומעטום, צו די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא דדהבא הרה"ק רבי דוד לעלובער זי"ע וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן מיטוואך ז' שבט, בצילו פונעם ממשיך שולשלת הקודש כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער וועט כמידי שנה בשנה ארויספארן פראווענען די הילולא קדישא ביים ציון הק' אין שטאט לעלוב, אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער די גארער וועלט.
דער היי-יאריגער יומא דהילולא טראגט מיט זיך א באזונדערן באדייט, ווען מען גרייט זיך אין א מזל'דיגע שעה צו באנייען דעם אויברשטן שטאק אינעם בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק', וועלכע איז בס"ד פראכטפול רענאווירט געווארן מיט צענדליגע שלאף צימערן צודינסט פאר די פילע עולים לציון הק', און וועט שוין אריינגיין אין באנוץ צום הילולא קדישא די וואך ווען מען גרייט זיך אויף א צוזאמענפאר פון שווערע הונדערטער אידן מכל קצווי תבל.
א גיגאנטישער שאטער איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן אויפן שטח הציון וואו עס וועלן אפגעראכטן ווערן די מעמדי קודש אין לויף פונעם מעת לעת פונעם הילולא, א באזונדערע שאטער איז איינגערישט געווארן אלס א היכל התורה וואו אידן וועלן קענען עוסק זיין בתורה מיט הרחבת הדעת, אויך וועט מען דאס יאהר אויפשטעלן א ספעציעלע שאטער נעבן דעם אוהל הק' כדי צו קענען אקאמאדירן די פילע מתפללים בשעת די צענטראלער מעמד עליה לציון בעיצומו של יום.
דער רבי שליט"א מיט די פמליא וועלן שוין ארויספארן פון ארץ ישראל מאנטאג אויפדערנאכט, צומארגנס דינסטאג בליל יומא דהילולא וועט דער רבי מעריך זיין א שולחן לחיים נאך תפילת מעריב. מיטוואך בעצם יומא דהילולא וועט מען דאווענען שחרית ברוב עם, און דערנאך וועט פארקומען די מעמד עליה לציון נאכגעפאלגט מיט די יערליכע מעמד ההדלקה און ריקודין קדישין בחצר הציון, לעת ערב וועט די רבי שליט"א אפרעכטן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא רבתי אינעם גרויסן שאטער וואס וועט זיך פארציען אויף שעות ארוכות ביז'ן אור הבוקר, באגלייט מיט די פלאם פייערדיגע ריקודי קודש בתופים ומחולות.